top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי שמחת הבר מצה לבן הגה"צ רבי ישורון צייטלין שליט"א האד' משקלאוו

לפני 3 שעות
זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פילע חסידים, מעריצים און תושבי טשעסטנאט רידזש האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די שיינע שמחת בית צדיקים, ביים שמחת הבר מצוה פון הבה"ח כמר שמעון פסח נ"י, זון פון כ"ק הגה"צ המקובל רבי ישורון צייטלין שליט"א האדמו"ר משקלאוו, איידעם פון המשפיע הנודע הגה"צ רבי אריה וואהל שליט"א רב ומו"ץ אין בית שמש ומחבר ספרי "נגלות האריז"ל".שב"ק פרשת חיי שרה האט די בחור הבר מצוה עולה געווען לתורה, שפעטער ביים קידוש האט אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ רבי אריה וואהל שליט"א, וועלכער איז געקומען ספעציעל פון ארץ ישראל לכבוד די שמחה, און האט מקשר געווען בטוב טעם ודעת די ענינים פון די וואכעדיגע סדרה און די הפטרה מיט די שמחת הבר מצוה.מוצאי שבת קודש איז די שמחה אפגעראכטן געווארן צוזאמען מיט א סעודת מלווה מלכה ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד וישיבת המקובלים "כתר שם טוב" דחסידי שקלאוו, צוגעשטעלט אויף א שיינעם פארנעם פאר'ן גאנצן עולם וואס זענען געקומען מיטהאלטן די הערליכע שמחה.


צום באשטימטן צייט האט מען אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א און די בעלי שמחה בשירה וזמרה, מען האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה, און געזינגען ווארימע ניגוני שמחה און זמירות מלוה מלכה.


ביים סעודת מצוה האט דער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר משקלאוו שליט"א אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דברי תורה, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל כזקן ורגיל, און דערנא האט זיך דער גאנצער ציבור אויפגעשטעלט אויף א פייערליכן ריקוד.


במשך די שמחה האט מען זיך איינגעהערט צו די דרשה פונעם אורח הדגול הגה"צ אב"ד לב חזקיה שליט"א פון טשעסטנאט רידזש, וועלכער האט באטאנט אז זייט דער התייסדות פונעם ביהמ"ד וישיבת המקובלים דחסידי שקלאוו האט אויפגעשיינט א נייער אור וואס שטראלט פארן גאנצן געגנט תחת הנהגתו פונעם רבי'ן.


מיט גרויס אויפמערקזאמקייט האט זיך דער ציבור איינגעהערט צו די דברי אלוקים חיים פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, רבו המובהק פונעם בעל שמחה דער רבי שליט"א, וועלכער האט מאריך געווען איבער די גרויסע מעלות פונעם בעל שמחה, זיינע מופלא'דיגע שיעורים אין קבלה און זיין עבודת הקירוב מיט בחוריים, ווי אויך די מעלות פון דער חתן הבר מצוה עדיו לגאון ולתפארת.


דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועלכער האט דערציילט זכרונות און אנעקדאטן פונעם זיידן, ידיד נפשו הרב שמעון פסח צייטלין  זצ"ל, וואס דער בר מצוה בחור איז נקרא על שמו.


באזונדער האט דער זיידע הגה"צ רבי אריה וואהל שליט"א מעורר געווען דעם ציבור צו זאגן בצוותא די תפילה הנוראה פונעם ספר "מעבר יבק", וואס איז נהוג כהיום אין אסאך קהילות צו זאגן בציבור, יעדער ר"ח אדער מוצאי שבת מברכין, צו בעטן אויף די גאולה השלימה, גילוי מלכות ה' בעולם, חידוש מלכות בית דוד און בנין בית המקדש בב"א. דערביי האט ער יורד געווען לפני התיבה און דער גאנצער ציבור האט מיטגעזאגט די תפילה מיט גרויס התעוררות.


דאן האט זיך דער גאנצער ציבור ווידער אמאל ארויסגעלאזט אין א דערהויבענעם ריקוד "בנה ביתך כבתחילה", און דער בר מצוה בחור איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס. צום שלוס איז דער גאנצער עולם אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די בעלי שמחה, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים.


נאך האבן באשיינט די שמחה: כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראדזין שליט"א, כ"ק האדמו"ר מחאנטשין שליט"א, הגה"צ אבד"ק מעליץ-מאנסי שליט"א, הגאון ר' משה בארון שליט"א ר"מ ישיבת בית התלמוד, הגה"צ אב"ד אור שלמה מאנסי, הגר"ש הערבסט אב"ד פרעמישלאן שליט"א, הגה"צ ר' אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א אבד"ק תהילה לדוד מאנסי, הגר"ד ביטון אב"ד מילל בעסאהן שליט"א, און הגה"צ אבד"קסקאהל שליט"א.


דער מעמד תפילין לייגן איז פארגעקומען אויפצומארגנס במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בבית מדרשו אין בארא פארק, און דערנאך איז פארגעקומען א שלחן לחיים לכבוד המאורע.



תגובות


bottom of page