top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה מלכך בא: האד' מצאנז וועט אונטערנעמען בליץ באזוך קיין ניו יארק לרגל חנוכת הבית פון נייעם ביהמ"ד צאנז אין מאנסי

לפני 7 שעות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט אומבאשרייבליכע שמחת הלבבות און פייערליכע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי חסידי צאנז אין ניו יארק און ביי תושבי מאנסי בפרט איבער א קורצע ביקור הוד ומרומם וואס רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט מאנסי, דעם קומענדיגן חודש שבט.


דער רבי שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם פון די ראשי הקהילה פון די צאנזער קהילה אין מאנסי לפאר כבוד צו באשיינען דעם מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם און פראכטפולן בנין ביהמ"ד דחסידי צאנז אין מאנסי, וואס ווערט אין די טעג פארענדיגט כליל בהדרו, נאך א פארצווייגטן בוי-פראיעקט, אין וועלכן חסידי צאנז פון איבער גרעיטער ניו יארק האבן זיך אנגעשלאסן בדמים תרתי משמע.


דער מעמד וועט אפגעראכטן ווערן בשילוב מיט א מעמד הכנסת ספר תורה, וואס ווערט געשריבן דורך די חברי הקהילה און וועט אריינגעגעבן ווערן צום נייעם בית המדרש לכבוד די חנוכת הבית.


דער באזוך וועט פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג בשלח, ווען דער רבי שליט"א וועט חונן זיין את פני העיר אויף א בליץ באזוך פון בלויז צוויי טעג.


די פילע דעטאלן פונעם ביקור המרומם ווערן יעצט אויסגעארבעט דורך די עסקנים פונעם וועד הנסיעה, מיטן ציל אויסצונוצן דעם קורצן באזוך כדבעי לשמחת לבם פונעם היימישן עולם וועלכע ציילן שוין די טעג צו די ימי אורה.


תגובות


bottom of page