top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ערווארטעט אויף א באזוך אין ארה"ק; וועט פראווען שב"ק ויצא אין בני ברק

לפני 17 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

די קומענדיגע וואך פ' ויצא וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א אונטערנעמען א נסיעה קיין ארץ ישראל, און פראווען אן ערשטמאליגער שבת מרומם אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק. די רבי שליט"א קומט צופארן לכבוד די חתונה בבית גיסו הגה"צ ר' אהרן טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל ירושלים בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וואס קומט פאר די נאכפאלגענדע וואך פ' וישלח אין בני ברק.


די רבי שליט"א וועט לאנדן אין ארצינו הקדושה קומענדיגן דאנערשטאג ויצא אינדערפרי און וועט זיך אויפהאלטן איבער די וואך אין עיה"ק ירושלים בבית אמו הרבנית תליט"א. אין לויף פון די וואך וועט די רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אינאיינעם מיט די חסידים און בחורי החבורות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל, און עס וועט זיין זמני כניסה אריינצוגיין מיט קוויטלעך לעצה ותושי'.


שבת פ' ויצא וועט די רבי שליט"א זיין צוגאסט אין שטאט בני ברק לכבוד די שבת באווארפן בבית גיסו הגה"צ רבי אהרן טווערסקי שליט"א, און וועט מיטהאלטן די שבת של שמחה אינעם טשערנאבילער הויף, בצל הקודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.


שלש סעודות און מלוה מלכה וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן אין די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף רחוב יעל אין בני ברק, וואו א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה תושבי העיר איז ערווארטעט מיטצוהאלטן די שולחנות הטהורים.

תגובות


bottom of page