top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט עמנואל לעבט מיט פייערליכע הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי דאראג בראשות האד' מדאראג

לפני 19 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

א יום טוב'דיגע שטימונג הערשט אינעם שטעטל עמנואל זייענדיג נאך אונטערן רישומא דקדושה נאכן מיטלעבן דעם זעלטענעם מאורע, חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן ברוב פאר והדר צום היכל בית המדרש דחסידי דאראג אינעם בליענדן שטעטל, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א וועלכער האט באשיינט דעם מעמד בראש קהל עדתו.


אין די אוונט שטונדן איז דער רבי שליט"א ערשינען בשערי העיר עמנואל, ווען צום ערשט איז דער רבי צוגעפארן צום ארטיגן תלמוד תורה כלל חסידי אויף א ערשטמאליגן ביקור חיזוק. אנקומענדיג אינעם בנין איז דער רבי אויפגענומען געווארן בשירה וזמרה דורך צענדליגע ילדי חן וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה. 


דער רבי האט קובע געווען א מזוזה ביים נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם תלמוד תורה און אפגעראכטן א שולחן לחיים. עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל התלמוד תורה הרב שמואל דוד רעכניצער שליט"א, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען קארצע דברות קודש, געוואונטשן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו אז די מקום קדוש זאל נתרבה ווערן בכמות ובאיכות.


פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד סיום כתיבת האותיות וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון הר"ר אריה לייב בראנדווין מחברי הקהילה אין עמנואל, א זון פונעם נדבן הספר תורה הרה"ג רבי יהודה אליהו בראנדוויין שליט"א, מחשובי חסידי דאראג, וואס האט אריינגעגעבן דעם ספר לעילוי נשמת אביו הרה"צ רבי אהרן בראנדויין זצ"ל מסטרעטין.


דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים. נאכן גולל זיין דעם ספר תורה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה. דער רבי שליט"א איז דאן ארויסגעקומען אויפן טאראסע פונעם שטוב, וואו אויף דער גאס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער חסידים פון בני ברק און פון אנדערע שטעט און די תושבי העיר וועלכע זענען געטאנצן קעגן איבער בריקודין נלהבים לרגל שמחת התורה. דער רבי האט דערביי אפגעראכטן געהויבענע ריקודין מיט דעם ספר תורה, און שפעטער האט דער נדבן ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה לרחובה של עיר, בשעת דער רבי שליט"א האט ווייטער מעודד געווען די ריקודין שטייענדיג אויפן טאראסע א משך זמן.


עס איז געווען א מחזה הוד דלאו בכל יומא מתרחיש, בפרט אין די שטאט עמנואל, וואו אזא ציבור עצום טאנצן תחת כיפת השמים מיט בגדי שבת, והיו מפזזים ומכרכרים בשמחת התורה, ברחובה של עיר.


ביים שטח הבית המדרש איז געווען דעזיגנירט א גרויסן שטח, וואס איז שוין געווען אויסגעשטעלט צו די ריקודין של מצוה מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס און א הויעכע פלאטפארמע כדי צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חסידים ותושבי העיר.


מען האט ממשיך געווען די ריקודין עילאין, און נאך א שטיק צייט איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד. דער רבי האט פארגעזאגט די פסוקים און מזמורים כנהוג פסוק בפסוק, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודי קודש מיט'ן ספר תורה. דערנאך זענען געטאנצן מיט'ן ספר תורה דער נדבן ובני משפחתו און די רבני העיר, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א באזונדערע פייערדיגע ריקוד מיטן נדבן.


 נאכן אריינפירן דעם ספר תורה צום פראוויזארישן ארון קודש, האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א געהויבענעם שולחן לחיים וואו ער האט משמיע געווען דברות קודש בגודל מעלת כתיבת ספר תורה, און מאציל געווען פילע ברכות פארן נדבן ובני משפחתו, און א ברכה מיוחדת פאר די חברי הקהילה. דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר די חברי הקהילה ובני המשפחה דורכצוגיין וואונטשן לחיים.


שפעטער איז פארגעקומען די סעודה לגומרה של תורה אינעם זאל בהשתתפות די חברי הקהילה און משפחת הנדבן, אין שפיץ פונעם רבינ'ס עלטסטן זון הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד שליט"א וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה לכבוד המאורע. אזוי אויך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה דיין הקהילה הגאון רבי מרדכי קאסטעליץ שליט"א, און דער ברודער פונעם נדבן הרב חיים בנימין בראנדוויין שליט"א משב"ק כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.


אין לויף פון די מעמדים האבן זיך אנגעזען די רבני ודייני העיר צווישן זיי הרה"ג רבי שלמה קליין שליט"א רב קהל חסידים, הרה"ג רבי מרדכי שלמה פריינד שליט"א רב קהילת באיאן, הרה"ג רבי משה אברהם גולינסקי שליט"א רב קהילת סלונים ונכד האדמו"ר מסלונים שליט"א, הרה"ג רבי יעקב יוסף לייפער שליט"א אב"ד חוסט, הרה"ג רבי יוסף בערגער שליט"א אב"ד מישקולץ עמנואל, און דער ראש העיר ר' אליהו גפני הי"ו צוזאמען מיט נאך שטאטישע עסקנים און אישי ציבור.



תגובות


bottom of page