פארשריט אין נייע "בעלזא שטאט" אין וואלדען ניו יארק; האד' מבעלזא פאראינטרעסירט זיך אין ווייטערדיגע פלענער
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אנבאלאנגט די אויפבוי פון די שפאגל-נייע "בעלזער שטאט" אין וואלדען ניו יארק, איז די וואך אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רוח החיים פונעם פראיעקט הנגיד החסיד ר' עקיבא טויבער הי"ו מחשובי חסידי בעלזא אין בארא פארק, איבערצוגעבן א באריכט איבער די פארשריט פון די נייע ישוב וואס אנטשפרעכט א היסטארישע דורכברוך צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס אין ניו יארק.
ווי באריכטעט מיט א צייט צוריק זענען די עסקנים אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן א גיגאנטישער שטח פון העכער 12 הונדערט אקער-לאנד אין וואלדען, א שטילע געגענט אין ארענדזש קאונטי אין א סטראטעגישע לאקאציע, א האלבע שעה צו פארן פון קרית יואל, און ווערט שוין יעצט פאקטיש געבויט מיט שנעלע אימפעט נאך עטליכע יאר פון שטילע און פראדוקטיווע צוגרייטונגען אויף אלע פראנטן.
דער רב שליט"א האט א לענגערע וויילע זיך נאכגעפרעגט מיט גרויס אינטערעסע איבער די פארשריט פון די בוי-ארבעט פונעם נייעם ישוב, און ר' עקיבא האט דערביי אויסגעדרוקט האפענונג אז די נייע "קרית בעלזא" וועט זיין גרייט זיך אריינצוציען אין די קומענדיגע צוויי ביז דריי יאר, ווען די ערשטע הונדערטער דירות וועלן שוין זיין פולקאם גרייט אויפצונעמען די בעלזער חסידים און פילע אנדערע משפחות וואס וועלן זיך דארט אריבערציען.
אין צוגאב גייט אן די העפטיגע בוי-ארבעט פאר די אינפאסטרוקטור, אריינגערעכנט מוסדות התורה והחינוך לבנים ובנות, שטיבלעך, און אלע אנדערע קהלה באדערפענישן פאר די באקוועמליכקייט פון די הונדערטער צוקונפטיגע תושבים. דער רב שליט״א האט ארויסגעוויזן א קענטיגע הנאה און אנגעוואונטשן הצלחה רבה אין די אלע פעולות און פאר אלע עסקנים וואס ארבעטן לטובת דעם פראיעקט.
באזונדער איז מען געזעצן מיט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פונעם רב שליט"א, וועלכער איז אריינמישט בעובי הקורה מיט'ן באגלייטן דעם פראיעקט בכל צעד ושעל זעענדיג דערין דעם קריטישן צורך פאר עדת חסידי בעלזא תושבי ניו יארק וואס לעכצן אזוי ארויס צו וואוינען במנוחה און הרחבת הדעת.













תגובות