בקשו רחמים: דראסטישע פארערגענונג אין מצב הבריאות פון האד' מזמיגראד
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינט דורכאויס דעם טאג איז אנטשטאנען א דראסטישע פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק האדמו"ר מזמיגראד שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק, וועלכער געפינט זיך אין א קריטישן געזונט צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.
דער רבי שליט"א איז, ווי באריכטעט, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכ'ן אומפאלן אין בית מדרש. אין לויף פון די נאכפאלגנדע וואכן האט דער רבי געמוזט פארבלייבן אין שפיטאל צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס. אין די לעצטע מעת לעת האבן די דאקטוירים אנטדעקט אן אינערליכע בלוטונג, און זיי ארבעטן גאר שווער צו סטאביליזירן דעם מצב.
צוליב דעם שווערן צושטאנד האבן די דאקטוירים ארויפגעלייגט דעם רבי'ן אויף א רעספירעיטאר, צו פארגרינגערן דעם אטעם און פארמיידן נאך קאמפליקאציעס. די דאקטוירים האפן צו קענען ברענגען דעם מצב אונטער קאנטראל, צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די נויטיגע באהאנדלונגען, און מ'איז מתפלל אז דער רבי שליט"א מרן סיני בן בילא זאל זיך ארויסזען פון דעם מצב סכנה. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים







תגובות