הגאון רבי אשר אריאלי שליט"א אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, און נאך עטליכע שעה צוריקגעקומען אין ישיבה צום שיעור הקבוע
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

א בהלה איז געשאפן געווארן היינטיגן מיטוואך ראש חודש בשעת די קביעות'דיגע מנין שחרית אינעם בנין המרכזי אין די מירער ישיבה ווען דער וועלט בארימטער מגיד שיעור ומרא דכולא תלמודא הגאון הגדול רבי אשר אריאלי שליט"א, איז פלוצלינג צוזאמגעפאלן לעיני קהל ועדה, און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל דורך די הצלה.
נאכן דורכפירן די נויטיגע אונטערזוכונגען און טעסטס, האבן די דאקטורים פעסטגעשטעלט אז אלעס איז כשורה, און עס איז ב"ה נישט פארהאן קיין ערנסטע חששות פון הארץ פראבלעמען וכדומה.
עטליכע שעה דערויף, תיכף ביים באפרייט ווערן פון שפיטאל, האט זיך דער גאון צוריק געקערט אין ישיבה, און ווי זיין שטארקע הקפדה נישט אויסצולאזן קיין טאג אין יאר אן דעם שיעור חק ולא יעבור, האט ער איבערגעגעבן דעם שיעור ווי יעדן טאג.
טראץ וואס ער האט עטוואס געשפעטיגט, האט איבערגעגעבן דעם שיעור אין די סוגיא פון מקיף וניקף אין מסכתא בבא בתרא כרגיל, אן קיין שום שינוי, און עס האט זיך דערקענט אז דער גאון איז ב"ה צוריקגעקומען צו די כוחות.
די שיעור פון הגאון הגדול רבי אשר אריאלי שליט"א ווערט פאררעכנט אלס די גרעסטע שיעור אין די וועלט, וואס ווערט מיטגעהאלטן דורך טויזענטער תלמידים סיי אין בית המדרש זעלבסט אין בנין בית שלום וואס איז איינס פון די גרעסטע בנינים אינערהאלב די ממלכת התורה פון ישיבת מיר וואס איז מוקדש פאר זיין שיעור און דינט ווי א אייגענע ישיבה מיט עקסטערע סדרי לימודים, אין צוגאב ווערט די שיעור מיטגעהאלטן דורכן טעלעפאן דורך טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט.







תגובות