התעוררו נא: ערשטמאליגער עצרת התעוררות פאררופן דורך האד' מאמשינוב פאר עדת חסידי אמשינוב פון אלע שטעט
מיטוואך פרשת תולדות • א' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטייענדיג נאך די שווערע אומגליק בחצר הקודש אמשינוב מיט די פטירה בדמי ימי' פון האשה החשובה מרת חיה לאה מיליקובסקי, אשת הרה"צ ר' משה מיליקובסקי שליט"א, בנו חביבו יד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וועלן זיך עדת חסידי אמשינוב פון אלע שטעט איבער גאנץ ארה"ק, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א צוזאמנעמען אויף א גרויסן עצרת התעוררות, וואס ווערט ערשטמאליג פאררופן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן, אויף מארגן ליל שישי אין דעם גרויסן אודיטאריום אויף רחוב ברסלב אין ביתר, וואו מ'וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין נאך די שווערע קלאפ, און נתעורר ווערן לתשובה ותיקון המעשים.
אין א הודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן דורך הרה"צ ר' מאיר מיליקובסקי שליט"א בנו הגדול פון דעם רבי'ן האט ער איבערגעגעבן בשמו אז ס'איז שייך דערביי דעם ענין פון "אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל בני החבורה", און די עצרת איז געאייגענט פאר אלע אנשי שלומנו, אנשים ונשים.
די עצרת טראגט א היסטארישע באדייט אין אמשינוב, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי פאררופט א כינוס וואס טוט פאראייניגן אלע חסידים אינאיינעם. די סדר העצרת איז באשטימט געווארן דורכן רבי'ן זעלבסט, וועלכער האט אויסגעקליבן די בעלי דרשים און כפי השמועה מסדר געווען א תפילה וואס מען וועט אינאיינעם זאגן בשעתן עצרת, בנוסף צו די סדר אמירת תהילים.
דער משא העצרת וועט איבערגעגעבן ווערן דורך המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, וועם דער רבי האט פערזענליך גערופן צו אדרעסירן די אסיפה און דערביי איבערגעגעבן א רייע נושאים וואס ער זאל מעורר זיין דעם ציבור.באזונדער וועט מען הערן דרשות דורכן מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א און עטליכע פון די משפיעי החסידות, לעורר הלבבות, והחי יתן אל ליבו.







תגובות