top of page
מעמד חלוקת תעודות צורבא מדרבנן אין ישיבה לצעירים אין קרית צאנז אין ראמען פון מפעל ושננתם | בילדער גאלעריע
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


הכרת הטוב: האד' מצאנז באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א נאכפאלגנדיג די קריטישע וואלן
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין טיפע הכרת הטוב און באדאנקט דעם ראש הישיבה בשם די רבבות אלפי ישראל יושבי ארץ הקודש, פאר זיין אויסטערלישע מסירות נפש, בטרחא דגופא ובטרחא דגברא רבה, וואס ער האט גענומען אין די לעצטע צוויי וואכן, מכתת רגליו צו זיין לארכה ולרחבה פון גאנץ ארץ ישראל, למען הצלחת המערכה פאר'


חשובע דעלעגאציע ראשי ישיבות און הנהלת ארגון לב לאחים באזוכן ביי האד' מצאנז
זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש א חשובער משלחת פון הנהלת ארגון "לב לאחים", צוזאמען מיט א גרופע נדיבים ותומכים פון דעם ארגון, האבן פארלאפענעם וואך באזוכט ביי כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז נתני'. אין שפיץ פונעם משלחת האבן זיך משתתף געווען הגאון רבי אלי' ברודני שליט"א, ראש ישיבת מיר פלעטבוש וחבר מועצת גדולי התורה אין אמעריקע; הגאון רבי יעקב בענדער שליט"א, ראש ישיבת "דרכי תורה" אין פאר ראקאוועי; צוזאמען מיט הרב אליעזר סורוצקין שליט"א, מנהל ארגון "לב לאחי


ווידיאו • האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין נתני'
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


על שפת הים: האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך במקום הנופש אין נתני'
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אריבער אויף א באזוך אין די אכסניא פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכער האלט זיך אויף די טעג נישט ווייט פון קרית צאנז נתני' אויף אפרוה. דער באזוך איז פארגעקומען אויפן טעראסע פונעם אכסניא ביים וואסער ברעג, וואו דער גאון האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א זעלטענעם התרגשות און אויסטערלישן כבוד. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס, איבער פארשד


הרי אני כפרתכם: האד' מצאנז פארשפרעכט צו נעמען אויף זיך די עבירות העבר פון די חסידים וואס זענען זיך מחזק בעניני קדושה
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי צאנז זענען נאך אונטער די טיפע איינדרוק נאך די פייערדיגע און געהויבענע דיבורים וואס זענען געהערט געווארן ביים גרויסן מעמד הקפות שניות, דעם מוצאי שמחת תורה במעמד אלפי ישראל, ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט מבטיח געווען א זעלטענע צוזאג "ישראל הרי אני כפרתכם" וואס האט אויפגעשטורמט די הערצער פון די טויזנטער פארזאמלטע. די הייליגע מאמענטן וועלן בלייבן טיף איינגעקריצט אין די הערצער פון אלע חסידים וואס האבן זוכה געווען דאס מיטצוהאלטן. ע


אֲכַפְּרָה פָנָיו • ערב און מוצאי יום הקדוש בחצר הקודש צאנז
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


יומא אריכתא: שלש עשרה מידות בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין אלפי חסידי צאנז האבן מיטגעהאלטן א יומא אריכתא בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג שלש עשרה מידות, אנגעהויבן מיט די קריאת הקרבנות כנהוג בחצרות צאנז, נאכגעפאלגט מיט אמירת תשליך ברוב עם ביים וואסער ברעג אין קרית צאנז נתניה. אויך איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הקדוש פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, מעתיר צו זיין בדבר ישועה ורחמים אין די מסוגל'דיגע טעג,


וְצַדְּקֵנוּ בַּמִּשְׁפָּט • ערב און מוצאי ראש השנה בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


מוֹחֵל עֲווֹנוֹת עַמּוֹ • סליחות ראשונות בחצר הקודש צאנז
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


ווידיאו • א' סליחות בחצר הקודש צאנז
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


השמחה במעונם: המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א באזוכט ביי מחותנו האד' מצאנז
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך האט המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, לרגל די בשותפות'דיגע שמחה במעונם, די געבורט פון א מיידעלע ביי הרב שמעון אהרן בידערמאן שליט"א, זון פונעם משפיע, און אן איידעם ביי הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קרית צאנז טבריה, זון פון אדמו"ר מצאנז. דער רבי מיט'ן משפיע האבן זיך געוואונטשן מזל טוב און ארומגעשמועסט מעניני דיומא איבער מנהגים פון די


כבני מרון: האד' מצאנז ביי קבלת קהל אין בני ברק לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור קודש אין עיר התורה והחסידות בני ברק, כמדי שנה בשנה, אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי צוערשט צוגעפארן צו די היכלי מלכות זאל, וואו דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי א חופה פון א יתום מתלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית צאנז. דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן זאל, ווא


יערליכע באזוך דורך האד' מצאנז אין שטאט אלעד לקראת די ימי הרחמים והרצון | בילדער
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם פארלאפענעם זונטאג, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ערשינען אין שטאט אלעד אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען צום צאנזער ביהמ"ד אויף די רשב"י גאס, איז דער רבי געווארן אפגעווארט מיט גרויס התרגשות דורך די ארטיגע תושבים, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים פאר די ילדי התלמוד תורה וועלכע האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט הארציגע ניגוני ימים הנוראים, ווען דערנאך האט דער


האד' מצאנז באזוכט אין שטאט חיפה אין ראם פון די מסעות קודש צווישן די שטעט צום נייעם יאר
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין אין ראם פון די מסעות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון איז דער רבי אנגעקומען צום שטאט חיפה וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פאריגע וואך מאנטאג איבערן טאג. דער רבי איז צוערשט צוגעפארן אויף א באזוך ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה חיפה שליט"א, וואו ער איז דורש געווען בשלום בריאותו, און ס'איז ארומגעשמועסט געווארן איבער מנהגים פון


אלה מסעי: האד' מצאנז ביי קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין שטאט בית שמש
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין, אלימלך גרסטל אין ראם פון די מסעות הקודש דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען דעם דינסטאג נאכט צום שטאט בית שמש, וואו הונדערטער חסידים און זייערע משפחות זענען דורך מיט קוויטלעך להיזכר לטובה און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר. אנקומענדיג צום צאנזער בית המדרש אין די רמה ב' געגנט, איז דער רבי געווארן אפגעוו


האד' מצאנז אנגעהויבן סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין עיה"ק צפת
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל,JDN כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעהויבן דעם סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין דעם מקום מסוגל, עיר הקודש צפת. זונטאג נאכט דער רבי איז אנגעקומען צום אלטן נאסטאלגישע צאנזער קלויז וואו עס זענען צום ערשט אריין אויף אן אסיפה די ראשי ועסקני הקהילה פון צפת וועלכע האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט. דערנאך האט דער רבי אויפגענו


אלפי חסידי צאנז אין שפיץ פון האד' מצאנז פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסטן פון צאנזער חסידים
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט אפגעהילכט ביי דער היסטארישער און מאכטפולער מחאה אדירה, ווען טויזנטער חסידי צאנז, זקנים עם נערים, זענען ארויסגעקומען אין די מאסן מוחה זיין קעגן די גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא – ווען בראש קהל המוחים האט זיך פערזענליך משתתף געווען דער מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען פארנט פון די חומות פון דער מיליטערישער תפיס


ווידיאו • האד' מצאנז אדרעסירט ריזיגן עצרת מחאה פארנט פון מיליטערישע טורמע 10 אין בית ליד
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מצאנז וועט מארגן דאנערשטאג מוחה זיין בראש קהל חסידיו ביי כלא 10 אין ליכט פון ארעסט אויף צאנזער חסידים
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ווידעראמאל וועט ארץ הקודש אויפגעשטורעמט ווערן מיט א מחאה אדירה, אפצושרייען די שרעקליכע גזירת הגיוס, דאסמאל דורך עדת חסידי צאנז באלפיה וואס וועלן מארגן דאנערשטאג מוחה זיין פארנט פון די טרויריג בארימטע מיליטערישע טורמע נומער 10, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מחאה קומט אין ליכט פון דעם וואס די גזירה איומה פארשטארקט זיך מיום ליום, והרשעים כים נגרש מיט די כסדר'דיגע פרישע ארעסטן אויף בחורי ישראל, און באזונדער האט דאס באטראפן ח


bottom of page

