top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חשובע דעלעגאציע ראשי ישיבות און הנהלת ארגון לב לאחים באזוכן ביי האד' מצאנז

לפני 9 שעות
זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א חשובער משלחת פון הנהלת ארגון "לב לאחים", צוזאמען מיט א גרופע נדיבים ותומכים פון דעם ארגון, האבן פארלאפענעם וואך באזוכט ביי כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז נתני'.


אין שפיץ פונעם משלחת האבן זיך משתתף געווען הגאון רבי אלי' ברודני שליט"א, ראש ישיבת מיר פלעטבוש וחבר מועצת גדולי התורה אין אמעריקע; הגאון רבי יעקב בענדער שליט"א, ראש ישיבת "דרכי תורה" אין פאר ראקאוועי; צוזאמען מיט הרב אליעזר סורוצקין שליט"א, מנהל ארגון "לב לאחים", און א צאל נדיבים ותומכים פונעם ארגון.


בעת דעם באזוך האט מרן שליט"א משמיע געווען דברי חיזוק איבער די געוואלדיגע פעולות הקודש וואס ווערן געטאן דורך די שלוחים פון "לב לאחים" אין די פעלד פון קירוב רחוקים, ארויסצוהעלפן אידישע קינדער און זיי צוריקצוברענגען צום דרך התורה והיראה. דער רבי שליט"א האט אונטערגעשטראכן אז עס איז נאך דא גאר אסאך וואס צו טון און וויפיל מ'קען נאך מרחיב זיין די הייליגע פעולות.


דער רבי שליט"א האט באזונדער ארויסגעברענגט דעם גרויסן צמאון וואס מען זעהט היינט צוטאגס ביי די נשמות יבשות צו ווערן נענטער צו אידישקייט, צו לערנען תורה און צו שטייגן אין יראת שמים. דער רבי שליט"א האט מדגיש געווען די אומגעהויערע השפעה לדורות וואס מ'קען אריינלייגן אין די הערצער פון די קינדער און בחורים, ווען מ'איז זיי מקרב און מ'לערנט מיט זיי תורה ויראת שמים.


די חברי המשלחת האבן דערציילט פארן רבי'ן שליט"א עטליכע רירנדע און אויפטרייסלנדע געשיכטעס פון קינדער וואס קומען פון אינגאנצן פרייע שטובער, און דאך איז זייער גאנצער רצון און שטרעבן זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און גיין בדרכי התורה.


צום שלוס פונעם באזוך האט דער רבי געוואונטשן גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא ווייטער אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט, און א ברכה מיוחדת פאר די חשובע תומכים וואס האבן א חלק אין די פעולות הקודש להוציא יקר מזולל.


נאכן באזוך זענען אלע חברי המשלחת אריבער לברך ולהתברך און דער רבי האט ארויסבאגלייט די ראשי הישיבה מיט גרויס כבוד און הערצה.



תגובות


bottom of page