top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השמחה במעונם: המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א באזוכט ביי מחותנו האד' מצאנז

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענע וואך האט המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, לרגל די בשותפות'דיגע שמחה במעונם, די געבורט פון א מיידעלע ביי הרב שמעון אהרן בידערמאן שליט"א, זון פונעם משפיע, און אן איידעם ביי הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א, אב"ד קרית צאנז טבריה, זון פון אדמו"ר מצאנז.


דער רבי מיט'ן משפיע האבן זיך געוואונטשן מזל טוב און ארומגעשמועסט מעניני דיומא איבער מנהגים פון די הייליגע טעג. לכבוד די קידושא רבה האט דער משפיע געשיקט עטליכע פון זיינע קינדער מיטצוהאלטן די שבת של שמחה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז נתניה.



תגובות


bottom of page