מאנסי סטעיט סענעטאר ביל וועבער טרייבט אויף שטיצע צווישן כותלי המוסדות ובבתי אדמור"י ורבני מאנסי
מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג שטייענדיג נענטער ווי ווייטער צו די גורל'דיגע וואלן איז אפגעהאלטן געווארן עהרנפולע מעמדי קבלת פנים בין כותלי מוסדות תורה ובבתי האדמורי"ם ורבנים אין עהרע פון די סטעיט סענעטאר ביל וועבער וועלכע פארפיגט אויף די דיסטריקט פון מאנסי און די אומגעגענט, אויפצוטרייבן שטיצע צו זיין קאמפיין.
די יעצטיגע וואל פארמעסט איז זייער היציג, אבער די אידישע געמיינדע אין מאנסי און די אומגעגענט האבן א געוואלדיגע אנערקענונג פארן סענעטאר וועבער מיט זיינע פולע לייסטונגען אין די פארגאנגענהייט פאר די אידישע געברויכן, און דעריבער טוט ער אצינד געניסן פון גאר ווארימע שטיצע סיי ביי די פערמענאנטע עסקני העיר און ביי די גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א.
אין תלמוד תורה צאנז מאנסי איז אפגעראכטן געווארן גאר א רעספעקטפולע מעמד קבלת פנים דורך די הונדערטער ילדי חמד ומרביצי תורה אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד און אנערקענונג פארן סענעטאר, באזונדער איז דער סענעטאר געזעצן אינאיינעם מיט די הנהלת המוסדות צו הערן די בעדערפענישן פון די מוסדות אין שטאט.
אזוי אויך איז דער סענעטאר ארומגעגאנגען בבתי אדמורי"ם ורבנים שליט"א אין מאנסי, אין באגלייטונג פון גדולי העסקנים און כלל טוער, צווישן זיי כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגה"צ רבי יהושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה פרעמישלאן ונשיא ממלכת התורה עוז והדר, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, הגה"צ ב"ד טשענסקאוויץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, און ביי נאך פילע גדולי רבנים חשובים לענגאויס די שטאט.
אזוי אויך איז דער סענעטאר ארומגעגאנגען און געזעצן אויף מיטונגען צווישן די עסקנים פון אלע געגענטער ארום מאנסי, עירמאנט, טשעסנאט רידזש, מאנטיבעלאו און נאך.
סיי די רבנים און אזוי אויך די עסקנים האבן ארויסגעוויזן די העכסטע מאס שטיצע פארן סענעטאר, און ארויסגעברענגט פאסיגע אנערקענונג פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת די אידישע געמיינדע אין יעדן געלעגנהייט.
































































תגובות