האד' מגור הייבט אן דיאליזיס באהאנדלונגען; בניו הרבנים מתפלל געווען ביים ציון הק' פון צדיקי בית גור
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי גור בכל מקומות מושבותיהם פאלגן נאך מיט זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים אין ליכט פון דעם וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א הייבט היינט זונטאג אן א סעריע דיאליסיס באהאנדלונגען, לויט דער אנווייזונג פון די דאקטוירים, נאכדעם וואס דער רבי מוטשעט זיך די לעצטע תקופה מיט קאמפליקאציעס אין די נירן, ל"ע.
דאס קומט נאך מערערע אונטערזוכונגען און אפשאצונגען דורך פראפעסארן, סיי פון אמעריקע און סיי פון ארץ ישראל, וועלכע זענען ספעציאליזירט אין דעם פעלד.
די קומענדיגע דריי וואכן וועט די רבי שליט"א מוזן פארן דריי מאל א וואך צו די הדסה שפיטאל פאר די באהאנדלונג. דערנאך האפט מען אז מען וועט קענען ממשיך זיין די פראצעדור בבית נאוה קודש פונעם רבי'ן, וואו עס וועלן איינגעשטעלט ווערן די נויטיגע איינריכטונגען, כדי דער רבי זאל זיך נישט דארפן מטריח זיין יעדעס מאל ארויסצופארן אין שפיטאל.
נעכטן מוצאי שבת זענען די דעם רבינס קינדער אנגעקומען אויף א תפילה אויפן ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זי"ע, און בנו הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, מקום מנוחתם אין חצר פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים וואו מען האט מתפלל געווען אז אלעס זאל גיין כשורה און דער רבי זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב.
צווישן די קינדער האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינס עלטסטער זון הרה"צ רבי אברהם מרדכי, הרה"צ רבי נחמיה, הרה"צ רבי ישראל מנחם און הרה"צ רבי דוד, אין צוגאב צו נאך עטליכע מקורבים אין שטוב מענטשן, וואו מען האט אינאיינעם געזאגט ספר רביעי שבתהלים, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון און א מי שברך, לרפואת מרן יעקב אריה בן יוטא הענא להחלימו ולרפאותו, להחזיקו ולהחיותו, דער רבי זאל ווייטער קענען פירן די עדה הקדושה, מתוך בריאות גופא ונהורא מעליא, צו לאנגע געזונטע יארן.
גלייכצייטיג איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה אז די וואך פרשת וירא וועט דער רבי שליט"א נישט אריינקומען צו די תפילות אין גרויסן ביהמ"ד און אזוי אויך וועט נישט זיין קיין זמני כניסה בקודש פנימה.
אין די קומענדיגע תקופה בעת דער רבי שליט"א איז יוצא ונכנס אין שפיטאל וועט דעם רבי'נס זון, הרה"צ רבי נחמיה שליט"א, וועלכער וואוינט אין אשדוד, אריבערקומען אויף צייטווייליג קיין ירושלים, צו קענען שטיין לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט"א און זיין מיט אים אין שפיטאל.






תגובות