top of page
אוהל הק' פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א אין ווארשא פראכטפול באנייט צום הונדערטסטע יארצייט
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות און קורת רוח הערשט ביי פילע חסידים ואנשי מעשה און ביי חסידי גור בפרט, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פראכטפול באנייט געווארן דער אוהל הקדוש אויפן ציון פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א, אין דעם גרויסן גענשא בית החיים אין ווארשא, אפצייכנענדיג גאנצע הונדערט יאר זינט זיין הסתלקות לגנזי מרומים ביום ג' אלול תרפ"ו. דער בעל ההילולא הרה"ק רבי צבי הירש מארגענשטערן מלומאזש זיע"א, פון די געהויבענע צדיקי דורו אין פוילן, איז


גור ישראל: פילע טויזנטער חסידי וויזניץ פילן איבער ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים ביי היסטארישן כינוס "מקדישי שמך"
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: שוקי לרר אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, מה נהדר היה המראה פארלאפענעם דינסטאג ביים היסטאריש זעלטענעם כינוס פון כל קהל עדת חסידי וויזניץ וואס האבן זיך אויף אן ערשטמאליגן פארנעם צאמגעזאמלט בהמוניהם כאיש אחד ובלב אחד אוועקצושטעלן א יסודות'דיגע בסיס פאר די מעכטיגע אימפעריע פון "איגוד מוסדות וויזניץ". אין א באגריסנדע שריט פון אחדות וריעות, איז דער כינוס "מקדישי שמך" אפגעהאלטן געווארן אינעם היכל האדיר פון ביהמ"ד הגדול גור אי


ווידיאו • האד' מגור באשיינט ביים מעמד "מקדישי שמך" בחצר הקודש וויזניץ אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


מעמד הוקרה ביי האד' מגור לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא צום קנין זכות פון צוויי נייע חתונה זאלן פאר חסידי גור אין ירושלים און ערד
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגער מעמד הוקרה און מסיבת לחיים איז היינט נאכמיטאג אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין ירושלים, לכבודו פונעם וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק, וועלכער האט בייגעשטייערט א פילאנטראפישע נדבה פון קרוב צו "דריי מיליאן דאלער", אויפצובויען צוויי הערליכע חתונה זאלן אין ערד און אין ירושלים, וואו חסידי גור וועלן קענען חתונה מאכן פאר שפאט ביליג, לויט די תקנות הקהילה. דאס איז ג


אורו של עולם: אריבער 1,400 בחורים זיך פארהערט אויף מסכתות הש"ס אין ראם פון חבורת "מזומנים בידו"
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר דערהויבענע מעמד "אורו של עולם" איז פארגעקומען דעם דינסטאג אינעם ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, לכבוד די הונדערטער בחורים מצטיינים תלמידי הישיבות והמתיבתות דחסידי גור וואס האבן געהארוועט במשך א גאנץ יאר און זיך געלאזט פארהערן אויף איבער 300 בלאט גמרא מזומנים אין ראם פון דעם בארימטן מפעל "מזומנים בידו" וואס שטייט בראשות דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א. אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב


ווידיאו • מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור פארט פון 'כלא 10' קעגן ארעסטן אויף בחורי הישיבה
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


כך מעשהו בשניה: רבבות חסידי גור אין שפיץ פון האד' מגור ווידער ארויסגעקומען מוחה זיין ביי 'טורמע 10'
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האבן זיך ווידעראמאל שווערע טויזענטער חסידים פאראייניגט אויף אן עצרת תפילה ומחאה אדירה פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10 אין ארץ ישראל, אין ליכט פון די פרישע ארעסטן אויף אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט, אינצווישן זיי א תלמיד פון די גערער ישיבה שפת אמת אין ירושלים, על לא עוול בכפו, בלויז פארן איינציגסטן חטא זיך נישט שטעלנדיג צום טמא'נעם מיליטער, אויספאלגנדיג די דעת תורה


אלפי חסידי גור ובראשם האד' מגור וועלן ווידער פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסט פון גערער בחור
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ווידעראמאל וועלן רבבות חסידי גור זיך ארויסלאזן מארגן צום פון די מיליטערישע טורמע נומער צען, אין צייט וואס די קאמף קעגן די גזירת הגיוס האט זיך ליידער צולאזט אן קיין גבולים ווען בחורי הישיבה ווערן ארעסטירט אין די מאסן, אריינגערעכנט א בחור א תלמיד פון די גערער ישיבה גדולה שפת אמת אין ירושלם. ווען מ'האט מטכס עצה געווען מיט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, האט דער רבי שליט"א געגעבן א קלארן באפעל אז מ'זאל נישט בלויז סטראשען, נאר טון הלכה למעשה א


ווידיאו • האד' מגור איז מנחם אבל ביי די קינדער פונעם בעל קורא קבוע בחצר הקודש גור הרה"ח ר' יודל טויב ז"ל
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


היסטארישע באגעגעניש צווישן משלחת נכבדה פון האד' מגור ביים מעיאר פון שטאט ראדזימין אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט'ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה"צ ר' ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק. אין דעם


אבל גדול: לעגענדארע בעל קורא בחצה"ק גור הרה"ח ר' יודל טויב ז"ל פלוצלימג נפטר געווארן אין ביהמ"ד הגדול גור
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה"ח רבי יודל טאוב ז"ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ'ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר. רבי יודל זצ"ל איז געווען פון די חשובי בני


הקמת המצבה על קברה פון עלטערע שוועסטער פון האד' מגור געשטעלט נאך הונדערט יאר
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענער און רירנדער מעמד הקמת המצבה איז פארגעקומען אין די לעצטע טעג אויפ'ן גרויסן בית החיים אין שטאט ווארשא, ווען מען האט אויפגעשטעלט א מצבה על קברה פון דער טאכטער פון הרה"ק בעל "לב שמחה" מגור זי"ע, א שוועסטער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן ארום דעם הונדערסטן יארצייט פון איר פטירה, וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך. מיט א שטיק צייט צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א שליט"א האט עוסק געוו


בעצם יומא דהילולא: האד' מגור פוקד געווען ציון אביו הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע אויפן הר הזיתים
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN נעכטען אינדערפרי, ז' תמוז, ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ה"לב שמחה" מגור זי"ע, איז בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו עס האבן מיטגעדאוונט טויזנטער חסידים, זקנים עם נערים. לכבוד די יארצייט האט דער רבי געזאגט אלע פיר קדישים. אלס שליח ציבור האט געדינט הרב החסיד ר' מרדכי זוננפעלד, דער לאנגיעריגער משמש בקודש ביים ב


כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט דורכגיין א פרישע אויג-אפעראציע אין הרצליה
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מארגן דינסטאג אויפדערנאכט וועט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ווידער ארויספארן קיין הרצליה וואו דער רבי וועט פארוויילן די קומענדיגע וואך, דורכצוגיין א פרישע אפעראציע אויף די אויגן. מיט עטליכע וואכן צוריק איז דער רבי דורך א קאטאראקט אפעראציע אויף איין אויג, וואס איז ווי ברייט באריכטעט באקרוינט געווארן מיט הצלחה בחסדי ה'. דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער רבי האט געליטן פון מיחושים וואס האבן אפגעשוואכט די זעה קראפט, און די דאקטוירים האבן ב


ווידיאו • עצרת מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור פארנט פון מיליטערישע טורמע נומער 10
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


צאו והפגינו: היסטארישע מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור ביי 'כלא 10' בראשות האד' מגור
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט דעם היינטיגן מיטוואך אפגעהילעכט ביי די היסטארישע מחאה אדירה דורך א געשאצטע צען טויזנט חסידי גור וואס זענען ארויסגעקומען מוחה זיין קעגן די רשעי הציונים און זייערע פינסטערע גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא, ווען אין א זעלטן-היסטארישע ערשיינונג האט זיך משתתף געווען בראש קהל המוחים דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען ביי די מיליטערישע טורמע נומער 1


ערשטע באריכט: האד' מגור ארויסגעקומען בראש קהל חסידיו מוחה זיין פארנט פון מיליטערישע טורמע נומער 10
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט האט זיך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א יעצט נאכמיטאג באטייליגט ביים עצרת מחאה אדירה דורך טויזנטער חסידי גור פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, וואו ס'זיצן איינגעשפארט צענדליגער בחורי ישראל, אריינגערעכנט עטליכע בחורים מחסידי גור. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדריקט עוז חפצו ורצון קדשו זיך פערזענליך צו משתתף זיין ביי די עצרת - וואס האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין שפיץ פון די בני החסידות און דעם ריבנס


בשורה טובה פון הרצליה: אפעראציע ביי האד' מגור ב"ה באקרוינט מיט הצלחה
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א בחסדי ה' באפרייט געווארן פון שפיטאל אין הרצליה, נאך וואס דער רבי איז אריבער א אפעראציע אויף די אויגן, וואס איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה. ווי באריכטעט האט דער רבי געליטן פון מיחושים אויף די אויגן וואס האט אפגעשוואכט די זעה קראפט, און די פראפעסארן האבן געראטן דורצופירן א קאטאראקט אפרעאציע, צו פארבעסערן דעם רבינס ראיה בס"ד אז דער רבי זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עב


עיני העדה: האד' מגור וועט אריבערגיין קומענדיגן דינסטאג אפעראציע אויף די אויגן
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש גערער חסידים בכל מקומות מושבותיהם זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן אז כ"ק אדמוו"ר מגור שליט"א איז ערווארטעט די וואך דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה פון מיחושים אויף די אויגן וואס האט אפגעשוואכט די ראיה, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספע


הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א אויפגענומען אלס חבר ביד"ץ אין אנטווערפענער בית דין דקהל מחזיקי הדת
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם עיר ואם בישראל אנטווערפען איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א פריידיגע מעמד התמנות וואו עס איז אויפגענומען א פרישע חבר הביד"ץ אינעם בית דין דקהל מחזיקי הדת וואס נעמט אריין אלע היימישע קהילות הקודש אין שטאט. אין צוגאב צו די לאנגיעריגע חברי הביד"ץ, הגאן רבי יצחק זעקל פאללאק שליט"א און הגאון רבי עמרם העניג שליט"א איז אויפגענומען געווארן הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א מחזק צו זיין דעם עמוד ההוראה בתוככי הקהילה און שטיין על המ


bottom of page
