גור ישראל: פילע טויזנטער חסידי וויזניץ פילן איבער ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים ביי היסטארישן כינוס "מקדישי שמך"
- לפני 47 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: שוקי לרר
אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, מה נהדר היה המראה פארלאפענעם דינסטאג ביים היסטאריש זעלטענעם כינוס פון כל קהל עדת חסידי וויזניץ וואס האבן זיך אויף אן ערשטמאליגן פארנעם צאמגעזאמלט בהמוניהם כאיש אחד ובלב אחד אוועקצושטעלן א יסודות'דיגע בסיס פאר די מעכטיגע אימפעריע פון "איגוד מוסדות וויזניץ".
אין א באגריסנדע שריט פון אחדות וריעות, איז דער כינוס "מקדישי שמך" אפגעהאלטן געווארן אינעם היכל האדיר פון ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, נאכדעם וואס דער כינוס האט געזאלט לכתחילה פארקומען אין אתרא קדישא מירון, אבער צוליב א לעצט-מינוטיגע שוואכקייט ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, האט מען געזוכט א נענטערע פלאץ צום מושב אורה, וואו דער רבי האלט זיך יעצט אויף, און די הנהלת ביהמ"ד הגדול גור, בהסכמתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז ברייטהארציג קעגן געקומען צו קענען דארט אפרעכטן דעם כינוס.
דער ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע פליגלען און גאלעריען זענען בליץ שנעל איבערגעשטאפט געווארן מיט א מאסע פון אלופי אלפי ישראל, שאפנדיג א פרעכטיגע מחזה נהדר פון א ציבור עצום בליעה"ר כולם נקבצו באו לעשות רצון צדיק און נהנה זיין מזיו אורו זיך גרייטנדיג מיט גרויס התרגשות מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן וואס האט טראץ זיין גרויסע חולשה זיך משתתף געווען בראש קהל עדתו.
דער כינוס איז געעפנט געווארן מיט א הארציגע פרעזענטאציע דורך די "אידיש-נחת" קינדער קאפעליע פון אמעריקע, וואס האט קונסטליך אראפגעשפילט די מסירת נפש פון אידישע קינדער צו לערנען תורה במשך הדורות. אזוי אויך איז דער כינוס באגלייט געווארן דורך די מוזיקאלישע כוחות הנגינה פון "מקהלת וויזניץ" אין שפיץ פונעם בארימטן בעל מנגן ר' יענקי דאסקאל.
געשפאנט האט דער ציבור מיטגעהאלטן די דראמאטישע אויפשפיל פון "כלא 10", א געשיכטע פון א וויזניצער חסיד וואס זיצט אין תפיסה מיט אייזענע קייטן אינגאנצן פארטיפט אין לימוד התורה, צייגנדיג א מוסטער פון געטריישאפט פאר די תורה הק' אונטער אלע אומשטענדן.
מ'האט געהערט די ווארעמע דיבורים דורך הגה''צ ר' זושא הורוויץ שליט"א אב"ד קהילת חסידים אין אלעד, וועלכער האט געשטורעמט די הערצער איבער'ן פליכט ביי יעדן איינציגן חסיד קורע צו זיין שערי שמים און מעתיר זיין לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן.
דאן האט מען געהערט די דרשת "נואם הכבוד", דורך הגה"צ ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א מרבני וויזניץ אנטווערפן, מיט דברים חוצבים איבער די מטרת הכינוס, און דער חובת השעה וואס פאדערט זיך פון יעדן וויזניצער חסיד.
אייניגע מינוטן פאר די ערשיינונג פונעם רבי'ן, האט דעם רבי'נס שוואגער, הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, צוגעטרעטן צו "אמירת סליחות" און "שמע קולנו" בנוסח ימים נוראים, ווען דער גאנצער עולם זאגט נאך מיט א געוואלדיגע התעוררות בשעת עס הערן זיך גרויסע בכיות און צעקות אינעם גאנצן היכל.
דעם רבי'נס זון הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד איז דאן צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת פרקי תהילים, און שיר המעלות ממעקים, פסוק בפסוק, חזן וקהל, און דאן האט מען זוכה געווען מקבל צו זיין פני קדשו פונעם רבי'ן, וועלכער האט מיט א צהלת פנים מפאר געווען בראש המעמד.
בשעת'ן מעמד איז א משלחת נכבדה בראשות הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, און דעם רבינס קינדער ובראשם בנו הגדול הגה"צ אב"ד שיכון וויזניץ בני ברק שליט"א, אריבער למעון קדשו פונעם בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, איינצולאדענען צו נעמען אנטייל ביים גרויסן כינוס.
דער גערער רבי איז נעתר געווארן צו די הזמנה, און אן איבערראשנדע שטימונג האט באהערשט דעם גאנצן ציבור האלפים ביים מקבל פנים זיין דעם גערער רבי, וועלכער איז ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה, בעת דער וויזניצער רבי נעמט אים אויף ביותרת הכבוד.
הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א האט מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געווען דעם גערער רבי'ן בשליחות פונעם טאטן דער וויזניצער רבי, און באדאנקט פאר'ן איבערגעבן די אכסניא.
אינעם הויכפונקט פונעם מעמד האט הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א פארגעליינט די דברי אלקים חיים פונעם פאטער דער רבי שליט"א, וואס שטעלט אוועק די פשרה'לאזע דעת תורה הבהירה אנבאלאנגט דעם ביטערן גזירת הגיוס, און די חובת השעה וואס פארלאנגט זיך פון יעדן וויזניצער חסיד.
דער רב האט איבערגעגעבן די הוראות אז מ'טאר זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער בכל אופן שהוא, מ'זאל מחזק זיין די קינדער מיט דיבורי אמונה פשוטה און מסירת נפש אויף קדושת שמו יתברך, און עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם תורם צו זיין "כופר נפש" פאר החזקת עולם התורה און פאר די הייליגע מוסדות וואס ראנגעלט זיך פאר איר עקזיסטענץ אינעם יעצטיגן שווערן מצב.
דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט א פייערליכע שטימונג ביי די גאנצע קהלה קדישא הדין לשמור ולעשות ולקיים און מיט פאראייניגטע אנטשלאסנקייט צו העלפן דעם רועה נאמן צו שלעפן דעם שווערן לאסט פון די הייליגע מוסדות.



















































































תגובות