top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הקמת המצבה על קברה פון עלטערע שוועסטער פון האד' מגור געשטעלט נאך הונדערט יאר

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א זעלטענער און רירנדער מעמד הקמת המצבה איז פארגעקומען אין די לעצטע טעג אויפ'ן גרויסן בית החיים אין שטאט ווארשא, ווען מען האט אויפגעשטעלט א מצבה על קברה פון דער טאכטער פון הרה"ק בעל "לב שמחה" מגור זי"ע, א שוועסטער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן ארום דעם הונדערסטן יארצייט פון איר פטירה, וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך.


מיט א שטיק צייט צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א שליט"א האט עוסק געווען אינעם איבערבוי פראיעקט פונעם אוהל הקדוש פון זקינו הרה"ק רבי יעקב אריה מראדזימין זי''ע אויפן ווארשאווער בית החיים, האט דער רבי געבעטן די עסקנים צו פרובירן אויפצוזוכן דעם מקום הקבורה פון זיין שוועסטער, וועלכע איז געבוירן געווארן פארן קריג אין יאר תרפ"ו, און איז ליידער נפטר געווארן עטליכע חדשים נאך איר לידה.


טאקע בעת די ארבעט ביים אויפבוי פונעם אוהל פון די צדיקי ראדזימין, זענען אנטדעקט געווארן אלטע באווייזן און דאקומענטן פון פאר דער מלחמה, וועלכע האבן באשטעטיגט דעם בערך'דיגע פלאץ פון איר קבר, נעבן דעם אוהל הקדוש.


במשך דער יעצטיגער נסיעה צום יארצייט פונעם ראדזימינער רבי'ן, בראשות דעם רבינס זון הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א, ראש ישיבת בית נחמיה, האט מען אפגעראכטן א באזונדערן מעמד הקמת מצבה וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א פרישן מצבה על קברה, מיטן אויפשפריט "בערך במקום הזה נטמנה הילדה חיה ראדא יהודית, בת הרה"ק כ"ק מרן אדמו"ר בעל הלב שמחה מגור זי"ע, נפטרה ה' תמוז תרפ"ו".


דער מעמד האט אויסגערופן א שטארקע התרגשות צווישן די באטייליגטע, וועלכע האבן געזען דערין א ספעציעלע סייעתא דשמיא, ווען נאך גאנצע הונדערט יאר האט מען זוכה געווען אנצוצייכענען מקום מנוחתה פון דעם בת קדושים, בכבוד הראוי, און אויפשטעלן א מצבה לזכרה סמוך ונראה צום ציון הק' פון די צדיקי בית ראדזימין.

תגובות


bottom of page