top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע באגעגעניש צווישן משלחת נכבדה פון האד' מגור ביים מעיאר פון שטאט ראדזימין אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני יום אחד (1)

זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט'ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה"צ ר' ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק.


אין דעם אלטן בית החיים ליגן באהאלטן קדושי עליון און פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה פון פילע דורות ארויף, צווישן זיי געפינט זיך דארט מנוחת כבודו פון דעם רבינס זיידן הרה"ק ר' שלמה יהושע דוד מראדזימין זצ"ל, זון פונעם סבא קדישא הרה"ק ר' יעקב ארי' מראדזימין זי"ע.


ביי די קריג האבן די נאציס ימ"ש ליידער חרוב געמאכט דעם בית החיים און אויף א שרעקליכן אופן מחלל געווען את פני הקודש און די עצמות המתים פון די אלע קברים רח"ל.


בשנת תשמ"ה ווען דער גערער רבי האט זיך דאן אריינגעווארפן ראשו ורובו אין פארצווייגטע פעולות הקודש אפצוראטעווען די ציונים הקודשים לגזע אבותיו הק' ברחבי פוילן, האט דער רבי צווישן אנדערן מצליח געווען צו מברר זיין דעם פונקטליכן אריגינעלן מקום וואו ס'איז געשטאנען דער אהל פונעם זיידן רבי שלמה יהושע דוד, און דאס איז דאן געווארן ארומגעצוימט, און שפעטער איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א נייער אהל אויף דעם ארט.


דורכדעם וואס עס זענען כסדר געקומען צו פארן שיירות מתפלל זיין ביים אהל הק', און די כסדר'דיגע וואכזאם אויג וואס די עסקנים האבן געהאלטן אויף דעם ארט, איז דער אהל געווארן טאקע גוט אפגעהיטן, אבער צום באדויערן איז דער גאנצער מקום הבית החיים פארבליבן א שטח הפקר, און מיט די יארן האט די ארטיגע שטאטראט דאס ליידער פארוואנדלט אלס שאסיי און ווי אויך האט מען דארט אויפגעשטעלט א פארק פאר די שטאטישע איינוואוינער וועלכע באנוצן זיך דערמיט מיט א געוואלדיגע בזיון המתים.


במשך די יארן האבן די עסקנים פרובירט צו פועל'ן ביי די שטאטראט צו פארצוימען דעם שטח און עס צוריק פרעזערווירן אלס בית החיים, אבער ליידער זענען די פעולות געווען אומערפאלגרייך.


אין די לעצטערע תקופה האט זיך דער גערער רבי פון פריש אריינגעווארפן אין די פעולות הקודש, וואס איז אצינד געקרוינט געווארן מיט אן אן אומגלויבליכע סוקסעס, ווען דער מעיאר פון שטאט האט אונטערגעשריבן אויף א היסטארישן הסכם צו בויען א נייעם דויערהאפטיגן גדר ארום דעם גאנצן בית החיים.


דאס איז פארגעקומען דורכאויס די באגעגעניש וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שפיץ פונעם רבי'נס זון הרה"צ ר' ישראל מנחם, וועלכער איז געקומען באגלייט מיט א דעלעגאציע פון רבני ועסקני ק"ק גור, צווישן אנדערן הגאון ר' משה חיים דענדראוויטש שליט''א ראש ישיבת שפת אמת, הרב חנוך זייבארט ראש העיר בני ברק, הרב יהודה מארגענשטערן מנכ"ל משרד השיכון, און העסקן הרב שלמה קאפאלאוויטש וועלכער איז שוין יארן אקטיוו אין אפראטעווען דעם בית החיים אין ראדזימין.


הגאון רבי משה חיים דענדראוויטש האט איבערגעגעבן די הארציגע ביטע אויף די ענגלישע שפראך, שילדערונג מיט גרויס רגש ווי אזוי אידן אין אלע דורות האבן זיך אפגעגעבן צו היטן אויף די קדושה פון די קברים פון זייערע עלטערן, נאך מימי אבותיהם אברהם יצחק ויעקב, און דאס איז מען אצינד ממשיך, צו קענען פארזיכערן אז דער בית החיים פון אונזערע עלטערן און זיידעס דא אין שטאט זאל בלייבן אפגעהיטן במנוחה נכונה.


דערנאך האט הרב חנוך זייבארט פארגעשטעלט פאר'ן מעיאר אז די איינציגע שטאט אין פוילן וואס ווערט פאראייביגט אלס א גאס אין שטאט בני ברק, איז די שטאט ראדזימין, וואס צייגט ווי הייליג און וויכטיג די שטאט איז ביי אונז, פון וואס דער מעיאר איז געווארן שטארק בארירט.


דער עסקן הרב שלמה קאפלאוויטש האט איבערראשט דעם מעיאר מיט'ן איבערגעבן א פערזענליכער מכתב געשריבן צו אים דורכ'ן פרעזידענט פון מדינת ישראל יצחק הערצאג, וואו ער בעט דעם מעיאר צו טון פאר די שמירה פונעם אידישן בית החיים אין שטאט, ווען ער לאנדט אים דערביי אויף א וויזיט אין ארץ ישראל.



bottom of page