top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" פון נייעם בנין בית חינוך לבנות פון מוסדות וויען אין מאנסי

לפני 4 דקות
זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פרשת וירא • י"ט חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט JDN

מיט גרויס התרגשות און עקסטאזפולע הרגשים האבן הונדערטער חסידי וויען, תושבי מאנסי, הורי תלמידות "בנות חנה וויען" און נדיבים נכבדים זיך פארזאמלט צום געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פאר'ן לרגל די התחלת הבנוי' פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין פונעם בית חינוך לבנות "בנות חנה וויען" וואס וועט אי"ה בקרוב געבויט ווערן בתוככי העיר.


די וויענער מוסדות אין מאנסי וועלכע שטייט אונטער די פערזענליכער הדרכה פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, האט ב''ה קונה געווען דעם כתר שם טוב, וואס ברענגט א כסדר'דיגן בליה און וואוקס פון אידן וואס ציען זיך ארויס קיין מאנסי, און זוכן צו געבן פאר די קינדער דעם ערליכן חינוך מיט וואס מען איז מחנך די תלמידים ותלמידות בין כותלי המוסדות.


דער מעמד איז געעפענט געווארן דורך דעם באגאבטן יושב ראש, הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט מיט זיין געניטן שפראך אנגעפירט דעם מעמד. די בארימטער "שירה" קאפעליע האט באגלייט די מעמד מיט ווארעמע און לעבעדיגע נגינה, און געהויבן די הרגשים ביים פילקעפיגן ציבור.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' אברהם דוד הורוויץ שליט"א, אבד"ק ביהמ"ד תורה ותפלה, וועלכער האט געהאלטן א הערליכע דרשה איבער די געוואלדיגע וויכטיגקייט פון חינוך הבנות, און דעם אומשאצבארן זכות וואס ליגט אין שטיצן און בויען מוסדות החינוך פאר בנות ישראל. דערנאך איז איבערגעגעבן געווארן א קורץ-צום-פונקט רעפעראט איבער'ן עבר, הווה און עתיד פונע מוסד "בנות חנה", דורך הר"ר שמואל בנימין פאללאק הי"ו, חבר הנהלת המוסד.


א ספעציעלער רגע של התעוררות איז געווען ווען הגה"צ רבי מנחם פישער שליט"א דומ"ץ וויען מאנסי האט פארגעזאגט די מקובל'דיגע קאפיטלעך תהלים, נאכגעפאלגט מיט די "יהי רצון" און אמירת י"ג מדות של רחמים, אין דעם געוואלדיגן עת רצון.


נאך די תפילות און ווארעמע ניגונים, איז געקומען דער געהויבענער מאמענט ווען כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט צוגעטרעטן צום אבן היסוד און געלייגט דעם אבן הפנה פאר'ן נייעם בנין המפואר. דערנאך זענען אנוועזנדע רבנים שליט"א, נדיבים נכבדים, חברי הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג, און הורי המוסד מכובד געווארן צו גיסן דעם אבן הפינה.


אינעם זעלבן געלעגנהייט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש בשבח המוסדות, וואס וואקסן און בליען לשם ולתפארת, און ארויסגעברענגט דעם גרויסן אחריות וואס ליגט אויף יעדן איינעם צו צוהעלפן בויען דעם בנין לבנותינו ולדורותינו. דער רבי שליט"א האט מעורר געווען דעם ציבור צו נעמען א חלק אין דער גרויסער אונטערנעמונג, און ארויסגעהויבן דעם זכות הנשגב פון שטיצן דעם מוסד און זוכה זיין צו בויען א מקום תורה צו קענען ווייטער מחנך זיין די תלמידות בדרך ישראל סבא.


מיט פרייליכע ריקודין של שמחה איז דער געהויבענער מעמד געשלאסן געווארן, מתוך הודאה לה' על העבר און תפילה ובקשה אויף דעם עתיד, אז דער בנין זאל זיך שנעל אויפבויען על תילה בנויה, אן קיין שוועריגקייטן און מניעות.



תגובות


bottom of page