כך מעשהו בשניה: רבבות חסידי גור אין שפיץ פון האד' מגור ווידער ארויסגעקומען מוחה זיין ביי 'טורמע 10'
- לפני יומיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האבן זיך ווידעראמאל שווערע טויזענטער חסידים פאראייניגט אויף אן עצרת תפילה ומחאה אדירה פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10 אין ארץ ישראל, אין ליכט פון די פרישע ארעסטן אויף אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט, אינצווישן זיי א תלמיד פון די גערער ישיבה שפת אמת אין ירושלים, על לא עוול בכפו, בלויז פארן איינציגסטן חטא זיך נישט שטעלנדיג צום טמא'נעם מיליטער, אויספאלגנדיג די דעת תורה פון די גדולי ישראל שליט"א.
ווי נאר די חסידים האבן אנגעהויבן באלאגערן דעם מתחם ארום דעם מתחם התפיסה איז איבערגעגעבן געווארן די קלארע הוראה פונעם רבי'ן שליט"א, דורך שלוחא דרבנן הרב יצחק גאלדקנאפף, אז מ'זאל זיך אויפפירן אויף אן איידעלן אופן, נישט מאכן קיין פראוואקאציעס און ווילדע שריט, און מאכן א קידוש ה'.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן 9:30 ביינאכט מיט א תפילת ערבית ברוב עם, בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. צום עמוד איז צוגעגאנגען הנגיד החסיד ר' מאיר כהן הי"ו וועלכער האט זיך משתתף געווען מיט א ריזיגן סכום פאר די הוצאות המעמד.
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען א געשאצטע 20 טויזנט אידן זענען געשטאנען מיט אן ערנסטקייט און הכנעה פארנט פון די תפיסה-מויערן, ווען די קול תפילה האט ווי געשפאלטן הימלען להעביר את רוע הגזירה.
גענוי ווי מיט צוויי וואכן צוריק ווען אלפי חסידי גור האבן דאס ערשטע מאל זיך צוזאמגענומען ביים גרויסן עצרת תפלה ומחאה פארנט פון די מיליטערישע טורמע, איז אויך דאסמאל אויפגעשטעלט געווארן א הויכן בימת הכבוד אויף וועלכן דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם עצרת בראש המוחים.
אינצווישן דעם ציבור האלפים האט ארויסגעשיינט די השתתפות כבוד פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס איינע פון די אסירי ציון איז א תלמיד אין די מאחנובקא בעלזא ישיבה אין בני ברק. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון הרה"ג רבי יעקב יהושע ענגלענגער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, און כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א וועלכער דינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה גבוהה.
נך תפילת מעריב האט הגאון רבי מאיר פלאקסער שליט"א ראש ישיבת "חידושי הרי"ם", אויפגעטרעטן מיטן דבר המחאה. ער האט מעורר געווען דעם ציבור זיך צו מחזק זיין נאך מער אין לימוד התורה, און געדענקען אז אין כוחנו אלע בפה.
ער האט אויך ארויסגעברענגט די פליכט זיך משתתף צו זיין אין דעם צער פון די מסירת נפש'דיגע בחורי ישראל און זייערע משפחות, זיי מחזק צו זיין און שטיין צו זייער זייט אין די שווערע תקופה. עס איז באטאנט געווארן אז דער עצם אזא צוזאמקום ברוב עם איז א געוואלדיגע חיזוק פאר די אינגעלייט און בחורים לומדי תורה וואס שמאכטן ליידער אין טורמע, וויסנדיג אז די גאנצער עולם התורה שטייט אונטער זיי און פארגעסט זיי נישט קיין איין רגע.
נאך די פייערדיגע ווערטער האט דער רבי פארלאזט דער מעמד, און דער ציבור האט זיך צושפרייט ארויסקוקנדיג אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און אז די אלע שווערע גזירות זאלן בטל ווערן במהרה.
די מאסיווע פראטעסט ווי אזא ריזן ציפער פון אוכלסי ישראל, צען טויזנט גערער חסידים, יונג-און-אלט, פון די בר-מצוה יארגאנג און ארויף, שטיין און פראטעסטירן קעגן די טורמע איז געווען א מעמד קידוש ה' און האט געהאט א גאר שטארקן אפקלאנג ביים היימישן ציבור און ביי להבדיל די פרייע מידיע נעצן.










































תגובות