top of page
ווידיאו • מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור פארט פון 'כלא 10' קעגן ארעסטן אויף בחורי הישיבה
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


כך מעשהו בשניה: רבבות חסידי גור אין שפיץ פון האד' מגור ווידער ארויסגעקומען מוחה זיין ביי 'טורמע 10'
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האבן זיך ווידעראמאל שווערע טויזענטער חסידים פאראייניגט אויף אן עצרת תפילה ומחאה אדירה פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10 אין ארץ ישראל, אין ליכט פון די פרישע ארעסטן אויף אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט, אינצווישן זיי א תלמיד פון די גערער ישיבה שפת אמת אין ירושלים, על לא עוול בכפו, בלויז פארן איינציגסטן חטא זיך נישט שטעלנדיג צום טמא'נעם מיליטער, אויספאלגנדיג די דעת תורה


שלוחי דרבנן ר' שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ אדרעסירט וויכטיגע אסיפה אין חצה"ק ראחמיסטריווקא איבער סכנת הגיוס
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגער אסיפה אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, געאייגענט פאר אלע תלמידי הישיבה גדולה אויף וועם עס דרויעט א באלדיגע סכנה אריינצופאלן אין די טמא'נע נעגל פון די מיליטערישע פאליציי. ביים אסיפה איז געהערט געווארן די ווערטער פון דער שלוחי דרבנן העסקן הרב שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ וואס איז שטארק אריינגעטוהן אין די נושא פון גיוס, שטייענדיג בראש המערכה. ר' שמעון הי"ו האט אויסגעשמועס


ווידיאו • האד' מצאנז אדרעסירט ריזיגן עצרת מחאה פארנט פון מיליטערישע טורמע 10 אין בית ליד
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מצאנז וועט מארגן דאנערשטאג מוחה זיין בראש קהל חסידיו ביי כלא 10 אין ליכט פון ארעסט אויף צאנזער חסידים
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ווידעראמאל וועט ארץ הקודש אויפגעשטורעמט ווערן מיט א מחאה אדירה, אפצושרייען די שרעקליכע גזירת הגיוס, דאסמאל דורך עדת חסידי צאנז באלפיה וואס וועלן מארגן דאנערשטאג מוחה זיין פארנט פון די טרויריג בארימטע מיליטערישע טורמע נומער 10, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מחאה קומט אין ליכט פון דעם וואס די גזירה איומה פארשטארקט זיך מיום ליום, והרשעים כים נגרש מיט די כסדר'דיגע פרישע ארעסטן אויף בחורי ישראל, און באזונדער האט דאס באטראפן ח


בד"ץ העדה החרדית פארופט מאסיווע עצרת מחאה פארנט פונעם מיליטערישן טורמע דעם קומענדיגן ר"ח אב
פרייטאג פ' מטות מסעי • כ''ה תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין דעם קריטישן צייט וואס אלע גדולי ישראל בארצינו הקדושה, שרייען געוואלד איבער'ן שרעקליכן מצב פון דעם גזירת הגיוס אשר כמוהו לא נהייתה, אין די מחאות פארנט פונעם מיליטערישער טורמע ווערן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א מאסן עצרת מחאה אדירה וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן מיטוואך ראש חודש מנחם אב, פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, פארופן דורך די שרי התורה חברי ב


מעיינותך חוצה: הילכיגע קול תורה דורך חסידי וויזניץ תחת כפית הרקיע דעמאנסטרירט זעקת התורה קעגן ביטערע גזירת הגיוס
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער אין א פרישן שטאפל ארויף אינעם אש קודש וואס נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל תובע צו זיין עלבונה של תורה און מוחה זיין קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, איז מיט א געוואלדיגע הצלחה נעכטן אפגעהאלטן געווארן די אייגנארטיגע עצרת "זעקת התורה" אפגעהאלטן דורך ק"ק וויזניץ עפ"י פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דער עצרת מחאה איז אפגעהאלטן געווארן אויף א מערקווירדיגע פארמאט, ווען הונדערטער חסידים


הוציאו תיבה לרחובה של עיר: חצר הקודש וויזניץ וועט אפהאלטן מאסן "עצרת לימוד" אין ליכט פון גזירת הגיוס
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל געפינט זיך אין א שטורמישע תקופה אין שאטן פון די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט ווי א שווארצע וואלקן איבערן עתיד פון דעם עולם התורה, ווערט אצינד געמאלדן איבער א אייגנארטיגע תורה'דיגע מחאה אין א בחינה פון "הוציאו תיבה לרחובה של עיר", וואס וועט ווערן אפגעהאלטן מארגן מיטוואך דורך הונדערטער חסידי וויזניץ, בהוראת הקודש ובברכתו פון כ"ק אדמו"ר מווויזניץ שליט"א. אנדערש ווי די


רכבו ופרשיו: טויזנטער תושבי ארה"ק מאביליזירט אין ריזן "קאר פיטעקינג" להרעיש תבל ומלואה קעגן גזירת הגיוס
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א שטורמישע אנטוויקלונג אין די פראנט-ליניעס פונעם יהדות החרדית בארה"ק אפצושרייען די שרעקליך-פארשארפטע גזירת הגיוס און נאכאנאנדע ארעסטן איז על פי קריאתם פון די גדולי ישראל, אדמור"ים, מנהיגי הקהילות און רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, באשטימט געווארן אויף מארגן מיטוואך א ריזן "קאר פיקעטינג" דעמאנסטראציע, אין וואס עס וועלן זיך אנשליסן טויזנטער מקדשי שם שמים פון איבער גאנץ ארה"ק, וועלכע וועלן ארויספארן מיט זייערע אויטאס און אוי


ווידיאו • עצרת מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור פארנט פון מיליטערישע טורמע נומער 10
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


צאו והפגינו: היסטארישע מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור ביי 'כלא 10' בראשות האד' מגור
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט דעם היינטיגן מיטוואך אפגעהילעכט ביי די היסטארישע מחאה אדירה דורך א געשאצטע צען טויזנט חסידי גור וואס זענען ארויסגעקומען מוחה זיין קעגן די רשעי הציונים און זייערע פינסטערע גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא, ווען אין א זעלטן-היסטארישע ערשיינונג האט זיך משתתף געווען בראש קהל המוחים דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען ביי די מיליטערישע טורמע נומער 1


ערשטע באריכט: האד' מגור ארויסגעקומען בראש קהל חסידיו מוחה זיין פארנט פון מיליטערישע טורמע נומער 10
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט האט זיך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א יעצט נאכמיטאג באטייליגט ביים עצרת מחאה אדירה דורך טויזנטער חסידי גור פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, וואו ס'זיצן איינגעשפארט צענדליגער בחורי ישראל, אריינגערעכנט עטליכע בחורים מחסידי גור. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדריקט עוז חפצו ורצון קדשו זיך פערזענליך צו משתתף זיין ביי די עצרת - וואס האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין שפיץ פון די בני החסידות און דעם ריבנס


היסטארישע "אסיפת רבנים" מיט בני האדמורי"ם פון צענטראלע ניו יארק'ע קהלות דן צו זיין בעניני טעכנאלאגיע
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש א היסטארישער אסיפה איז היינט אפגעהאלטן געווארן דורך די רבנים ודיינים פון די גרעסטע קהלות קדושות איבער ניו יארק, אינערהאלב דעם פאראייניגטער "ועד הקהלות" קערפערשאפט וואס גיט זיך אפ מיט ברענגען געזיגלטע און פארזיכערטע טעכנאלאגיע פאר'ן היימישן ציבור דורך היימישע פירמעס, צו פארזיכערן דעם סטאנדארט פון א בעיסיק סעלפאון, צוגעשטעלט היימיש פון אלע סארטן, אפגעהיטן פון יעדן מכשול. דער היינטיגער אסיפה איז געווען די דריטע אין די רייע במשך די לעצטע ק


חזקו ואמצו: רירנדער ביקור חיזוק דורך האד' מזוועהיל ירושלים ביי כלא 10 מחזק צו זיין דעם אסיר ציון הב' צבי הירש פערקאוויטש
זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש א רירנדער באזוך איז היינט זונטאג אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א אין טורמע נומער 10 וואו ס'זיצט איינגעשפארט הבחור החשוב צבי הירש פערקאוויטש אין ליכט פונעם שרעקליכן גזירת הגיוס. דער אסיר התורה איז ממציוני תלמידי ישיבת פאנעוויזש, און האט שוין זוכה געווען לכתרה של תורה זייענדיג מסיים כל הש"ס כולה, און ליידער איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין די פינסטערע טורמע צעל פאר'ן איינציגן זינד פון זיך מוסר נפש זיין און זיך ני


שוידערליכע געריכט קלאגע אריינגעגעבן קעגן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך און נאך גדולי ישראל פאר'ן אפהאלטן "גיוס חרדים"
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש מיט שאק און שוידער איז אויפגענומען געווארן די שרעקליכע חוצפה און בזיון כבוד התורה פון עטליכע ארגאניזאציעס אין מדינת ישראל, וואס האבן די לעצטע וואך אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם גאון ישראל וקדושו מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות און נאך אנדערע גדולי ישראל פאר'ן "חטא" פון ארויסקומען בשער בת רבים קעגן דאס לאזן אריינכאפן בחורים אינעם טריפענעם מיליטער היל"ת. די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך איבער צו


היסטארישע אסיפה צווישן חברי מועצת גדולי התורה האדמו"רים מצאנז און מודזיץ און מנהיגי עולם התורה איבער גזירת הגיוס
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט איז היינטיגן מיטוואך אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה דורך כ"ק האדמורי"ם מצאנז און מודזיץ שליט"א וועלכע זענען אראפגעפארן למעונו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, בשליחות פונעם מועצת גדולי התורה, מיטן ציל אויסצוהאמערן א פאראייניגטע החלטה אנבאלאנג דעם נייעם חוק הגיוס וואס ליגט אויפן טיש ביי די גדולי ומאורי הדור, נאכפאלגענדיג די אסיפת "מועצת גדולי התורה" וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענע מיטוואך שמו


אנטוויקלונגען איבער גזירת הגיוס וועט באהאנדלט ווערן צווישן פירנדע אדמור"ים חברי המועצת און גדולי מנהיגי עולם התורה
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגע וואך וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע אסיפות צווישן די גדולי האדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה ה"ה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א מיט די גדולי מנהיגי עולם התורה פון די ליטווישע קרייזן, וואו מ'וועט באהאנדלען די ביטערע גזירת הגיוס העומד על הפרק. דאס קומט נאך די נעכטיגע אסיפת מועצת גדולי התורה וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן די חילוקי דעות צווישן די גדולי התורה והחסידות אי


מנהיגי הדור זענען מטכס עצה איבער נייעם חוק הגיוס ביי אסיפת "מועצת גדולי התורה"; החלטה דערווייל אומבאקאנט
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין די אנגייענדע אנטוויקלונגען אנבאלאנגט דעם גזירת הגיוס בארה"ק איז דעם היינטיגן מיטוואך שמות לסדר "ויצא אל אחיו וירא בסבלותם" אפגעהאלטן געווארן א קריטישע אסיפת גדולי האדמורי"ם פונעם מועצת גדולי התורה אגודת ישראל, דן צו זיין איבער'ן נייעם חק הגיוס וואס איז יעצט דער ברענענדיגער נושא עומד על הפרק בעת עס שוועבט די גזירה נוראה אויף די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בני הישיבות והכוללים. אין די טעג בעפאר איז אפגעהאלטן גע


מאנסי: סעודת הילולא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל בשילוב מיט יערליכן דינער לטובת מוסד "בית חינוך הישן"
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, דוד ארזני א היסטארישער יום זעקה ומחאה איז אריבער דעם היינטיגן טאג בעיר הקודש ירושלים ביים מעמד הרבבות "קול שועתם", ווען צענדליגער טויזנטער אידן מכל קצוי ארה"ק האבן באלאגערט די גאסן פון ירושלים, בראשות רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה וחסידות גדולי וצדיקי הדור, אויסצושרייען דעם טיפן ווייטאג וואס ברענט אין די הערצער פון אידן איבער דער גאנצער וועלט פון די ביטערע גזירות ורדיפות על הדת קעגן בחורי ישר


ערשטע בילדער: עצרת מחאה אדירה "קול שועתם" ברחובות עיר הקודש ירושלים אפצושרייען די גזירת הגיוס
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי


bottom of page
