top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צאו והפגינו: היסטארישע מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור ביי 'כלא 10' בראשות האד' מגור

  • לפני 18 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט דעם היינטיגן מיטוואך אפגעהילעכט ביי די היסטארישע מחאה אדירה דורך א געשאצטע צען טויזנט חסידי גור וואס זענען ארויסגעקומען מוחה זיין קעגן די רשעי הציונים און זייערע פינסטערע גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא, ווען אין א זעלטן-היסטארישע ערשיינונג האט זיך משתתף געווען בראש קהל המוחים דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.


די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען ביי די מיליטערישע טורמע נומער 10, אין כפר בית ליד, א שעה וועג צו פארן פון ירושלים, וואו עס שמאכטן ליידער פילצאליגע מסירת נפש'דיגע בחורי ישראל פאר'ן איינציגן חטא פון נישט אריינגיין אינעם טריפה'נעם צה"ל.


אין די פארגאנגענהייט איז שוין פארגעקומען מערערע עצרות מחאה ביי דעם ארט, אבער אצינד איז געבראכן געווארן היסטאריע ווען אזא ריזן ציפער פון אוכלסי ישראל, צען טויזנט גערער חסידים, יונג-און-אלט, פון די בר-מצוה יארגאנג און ארויף, זענען בהוראות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א ארויסגעקומען מוחה זיין כדת של תורה.


דאס קומט אין צייט וואס די גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות שטארקט זיך מיום ליום, און נאכאנאנד קומען פאר פרישע ארעסטן אויף בחורי ישראל, ספעציעל ווען מיט עטליכע טעג צוריק איז ארעסטירט געווארן א גערער בחור, וועלכער האט געהאלטן אינמיטן דעם פראצעדור פון א פטור, און בשעת מעשה האבן אים די רשעות'דיגע פאליציי ארעסטירט אויף א בארבארישן אופן.


דער גערער רבי שלט"א וועלכער האט שוין געהאט אויסגעדרוקט א שטיק צייט צוריק איבער'ן חובת המחאה און ארויסגיין מוחה זיין ביי די מיליטערישע טורמע, האט אצינד געזען די פאסיגע געלעגנהייט צו פאררופן די מחאה.


לויט'ן אריגינעלן פלאן האט געהייסן אז דער רבי זעלבסט וועט זיך נישט באטייליגן, נאר עס וועלן ארויספארן בשליחות קדשו די קינדער און די רבני הקהלה, אבער אן איבערראשונג האט ארומגענומען דעם ציבור דעם אינדערפרי הערנדיג אז דער רבי שליט"א וועט זיך פערזענליך משתתף זיין בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל.


א ריזן טראנספארטאציע אפאראט איז געווארן אהערגעשטעלט צו ברענגען דעם ציבור הרבבות פון אלע שטעט פון ארץ ישראל, וועלכע האבן געמאכט זייער וועג צו כלא 10, און צו די באשטימטע צייט אין די נאכמיטאג שעות זענען די גאסן אינדרויסן פון די תפיסה שווארץ געווארן מיט שווערע טויזנטער גערער חסידים.


לקראת די מחאה איז פארשפרייט געווארן צווישן ציבור די קלארע הוראות, אז מ'זאל זיך אויפפירן אויף אן איידעלן אופן, נישט מאכן קיין פראוואקאציעס און ווילדע שריט, און מאכן א קידוש ה'.


ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען מיט א ספעציעלע ספרינטער, אינאיינעם מיט די קינדער און מקורבים, און ארויף אויף א הויכע פלאטפארמע הארט נעבן די מתחם התפיסה, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און זיך געשטעלט דאווענען מנחה.


אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבי'נס מקורב העסקן הרב מרדכי בבציק, שטייענדיג בשנת האבל לפטירת אביו הגאון רבי בנציון בבציק זצ"ל רב חסידי גור אין קרית גת.


נאך מנחה האט דער גאנצער ציבור געזאגט קאפיטל שיר המעלות ממעקים, פארגעזאגט פסוק בפסוק מיט'ן נוסח ימים נוראים דורך שלוחא דרבנן הרב יצחק גאלדקנאפף. דערנאך האט מען געזאגט אחינו כל בית ישראל און קדיש.


דערנאך איז געהערט געווארן די איינציגע דרשה און דבר המחאה דורך הרה"ג ר' משה חיים דענדראוויטש שליט''א ראש ישיבת שפת אמת, וועלכער האט בקול חוצב געשטורעמט איבער די גזירה נוראה און עלבונה התורה וואס נעמט ארום דאס גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, און דערביי שארף אראפגעריסן די שונאי הדת וואס באגייען זיך מיט אזעלכע שרעקליכע רדיפות הדת, נאכלאקרנדיג די לומדי תורה אינדערצייט וואס ס'קומען פאר אין לאנד אזויפיל פארברעכנס ביי די פרייע, און פון דעם מאכן זיי זיך נישט וויסנדיג, נאר מיט די בחורים און יונגעלייט לומדי תורה, אויף זיי פארלייגט מען זיך מיט, זיי פירן זיך אויף כחיתו ארץ מיט אזא אכזריות און עקשנות.


די חילונים באשמוצן די חרדים אז זענען 'משתמטים מהחוב', ווי כאילו מיר זענען זיי עפעס שולדיג, אונז האמיר איין חוב, דאס איז תורה ומצוות, חוץ פון דעם האמיר נישט קיין שום חוב, מיר זענען נישט משתמטים!


נאך די פייערדיגע דיבורים האט דער רבי פארלאזט דער מעמד, און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע 'לקדש שם שמים' טענץ, שליסנדיג דערמיט די שטורמישע מחאה אדירה.


עס איז געווען א פלאן אז דער רבי וועט נאכ'ן מעמד אריינגיין אין טורמע מחזק זיין דעם בחור מחסידי גור, אבער צוליב טעכנישע סיבות איז דאס נישט צושטאנד געקומען.



bottom of page