ערשטע באריכט: האד' מגור ארויסגעקומען בראש קהל חסידיו מוחה זיין פארנט פון מיליטערישע טורמע נומער 10
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט האט זיך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א יעצט נאכמיטאג באטייליגט ביים עצרת מחאה אדירה דורך טויזנטער חסידי גור פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, וואו ס'זיצן איינגעשפארט צענדליגער בחורי ישראל, אריינגערעכנט עטליכע בחורים מחסידי גור.
דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדריקט עוז חפצו ורצון קדשו זיך פערזענליך צו משתתף זיין ביי די עצרת - וואס האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין שפיץ פון די בני החסידות און דעם ריבנס קינדער - מיטן ציל ארויסצוהייבן דעם קול מחאה וזעקת התורה אנטקעגן די פגיעה אין לומדי תורה.








