top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חזקו ואמצו: רירנדער ביקור חיזוק דורך האד' מזוועהיל ירושלים ביי כלא 10 מחזק צו זיין דעם אסיר ציון הב' צבי הירש פערקאוויטש

  • Bechatzros admin
  • 19 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' בא • כ"ט טבת | בחצרות הקודש

א רירנדער באזוך איז היינט זונטאג אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א אין טורמע נומער 10 וואו ס'זיצט איינגעשפארט הבחור החשוב צבי הירש פערקאוויטש אין ליכט פונעם שרעקליכן גזירת הגיוס.


דער אסיר התורה איז ממציוני תלמידי ישיבת פאנעוויזש, און האט שוין זוכה געווען לכתרה של תורה זייענדיג מסיים כל הש"ס כולה, און ליידער איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין די פינסטערע טורמע צעל פאר'ן איינציגן זינד פון זיך מוסר נפש זיין און זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, על פי הוראות הקודש ודעת תורה פון אלע אדמורי"ם וגדולי ישראל.


זיך האלטנדיג מקושר צו כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א, האט דער רבי פאריגע וואך אפגעשריבן גאר א ווארעמען מכתב חיזוק ועידוד מלא רגש, ארויסברענגענדיג ווי שטארק די צרה איז אים נוגע ללבבו, ער האט זוכה געווען מיטצוהאלטן זיין גרויסע שמחה ביים סיום הש"ס, און אצינד ווען ער האלט שוין ביים פארענדיגן דעם צווייטן מאל ש"ס זענען ליידער געקומען די רשעים און אים פארכאפט אין תפיסה. דער רבי איז אים מחזק אז ער זאל האלטן שטארק און נישט פאלן ביי זיך, חזק ואמץ כי ה' עמך.


נאך די גרויסע השתדלות פון שלוחא דרבנן ר' יצחק גאלדקנאפף און זיין געהילף ר' מאטי בבציק איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין טורמע, ווערנדיג אריינגעלאזט בשערי הכלא.


פאר איבער א שעה איז דער רבי געזיצן צוזאמען מיט'ן בחור און אריינגעבלאזן טללי חיזוק, און זיך פאראינטערעסירט אויף זיין וואוילזיין און סדר היום אין תפיסה, ווערנדיג שטארק נתרגש צו הערן ווי דער בחור נוצט אויס די טונקעלע זמנים בבור תחתיות יעדע מינוט פאר עסק התורה ועבודת ה', כאטש אלע שוועריקייטן. דער רבי האט שטארק מחזק געווען דעם בחור מיט טרעפליכע דברי חיזוק און אמונה ובטחון.


דורכאויס די באגעגעניש האט זיך אויך צוגעזעצט דער הויפט רב פון די תפיסה צוזאמען מיט'ן הויפט אויפזעער, פאר וועם דער רבי האט פארגעלייגט די בקשה נמרצה אז מ'זאל משתדל זיין צו גרינגער מאכן פאר'ן בחור מיט וואס נאר מעגליך, ער זאל קענען לערנען מיט א רואיגקייט וויפיל ס'איז שייך.


ביים פארלאזן די תפיסה האט דער רבי געהאט א לענגערע פריוואטע שמועס מיט ר' יצחק גאלדקנאפף בדברים העומדים על הפרק, און ווי אזוי צו ערלעדיגן די גיכע באפרייאונג פון דעם בחור.


אין אנדערע נייעס איז אויך אפגעשיקט געווארן צום בחור א מכתב חיזוק דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וואס וויילט די טעג אין ניו יארק, צו וועם די משפחה פונעם בחור האלט זיך מקושר, וואו דער רבי טוט אים שטארק מחזק זיין און אנוואונטשן ווארעמע ברכות ער זאל ווי אינגיכן באפרייט ווערן מאפילה לאורה.



תגובות


bottom of page