שוידערליכע געריכט קלאגע אריינגעגעבן קעגן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך און נאך גדולי ישראל פאר'ן אפהאלטן "גיוס חרדים"
- 15 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

מיט שאק און שוידער איז אויפגענומען געווארן די שרעקליכע חוצפה און בזיון כבוד התורה פון עטליכע ארגאניזאציעס אין מדינת ישראל, וואס האבן די לעצטע וואך אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם גאון ישראל וקדושו מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות און נאך אנדערע גדולי ישראל פאר'ן "חטא" פון ארויסקומען בשער בת רבים קעגן דאס לאזן אריינכאפן בחורים אינעם טריפענעם מיליטער היל"ת.
די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך איבער צוואנציג לינקע ארגאניזאציעס מיט א זינלאזע טענה אז די גדולי ישראל אין שפיץ פונעם פוסק הדור שליט"א זענען די וואס האלטן אפ די חרדישע בחורים פון זיך שטעלן אין מיליטער, און זיי פאדערן אז מ'זאל זיי ברענגען צום געריכט דערוועגן.
הערנדיג איבער די חוצפה'דיגע אקט האט דער גאון רעאגירט אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש, און וועט ווייטער קעמפן די גזירה למען קדושת שמו יתברך, און וועט נישט נאכגעבן קיין זיז כל שהיא נישט צו לאזן בחורי ישראל קדושים אנצוקומען צום טמאנעם מיליטער.
גלייכצייטיג שטייט גאנץ כלל ישראל אונטער דעם שר צבא ה' מרן פוסק הדור שליט"א, און טוט קלארשטעלן חד וחלק, אז אויב חלילה וועט דער גאון אדער סיי וועלכער גדול בישראל גערופן ווערן אין געריכט, וועלן רבבות מישראל ארויסקומען אינאיינעם מיט זיי ארויסווייזן סאלידאריטעט און זיך אננעמען פארן כבוד התורה.





תגובות