top of page
האד' מדושינסקיא באזוכט ביים פוסק הדור אלס השלמה צו די ירח האיתנים
דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN אין די טעג נאך יום טוב סוכות העעל"ט, האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, בעל תשובות והנהגות לברך ולהתברך, אלס השלמה צו די ירח האיתנים. דער רבי מיט'ן גאון האבן א קורצע וויילע ארומגעשמועסט מעניני דיומא, און דאן זיך געוואונטשן בברכות לרוב ונפרדו לשלום.


ווידיאו • האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין נתני'
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש


על שפת הים: האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך במקום הנופש אין נתני'
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אריבער אויף א באזוך אין די אכסניא פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות וועלכער האלט זיך אויף די טעג נישט ווייט פון קרית צאנז נתני' אויף אפרוה. דער באזוך איז פארגעקומען אויפן טעראסע פונעם אכסניא ביים וואסער ברעג, וואו דער גאון האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א זעלטענעם התרגשות און אויסטערלישן כבוד. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס, איבער פארשד


עקסטאזפולע אבן הפנה פאר נייעם "קרית הישיבות" פון ישיבת הרמה פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט עקסטאזליכע פייערליכקייט איז במעמד אלפי התלמידים דעם מאנטאג אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" פאר'ן נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" פון ישיבתו הרמה פונעם פוסק הדור וזקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין שטאט בית שמש. די ישיבה פונעם פוסק הדור איז וועלט בארימט אלס פרעכטיגע תורה פעסטונג וואס פונקציאנירט לשם ולתפארת שוין א תקופה פון דרייצן יאר, ווען דער פוסק האט דאן געגרינדע


רייכע סעודת הושענא רבא במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך פאר תומכי כוללי תשובות והנהגות בנשיאותו
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש אן עלעגאנטע סעודה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם ליל הושענא רבא אינעם גרויסן סוכה אין די הר נוף געגנט פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט זיך געוואשן צו א סעודת יום טוב אינאיינעם מיט די ספעציעל געלאדענטע נגידים, די שותפים און תומכים פונעם רשת הכוללים "תשובות והנהגות" וואס שטייט תחת נשיאותו, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיסב זיין על שולחן מלכים אלס אנערקענונג פאר זייער ברייטע שטי


נייע רחבות'דיגע סוכה אויפגעשטעלט במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צו אנטפאנגען אלפי ישראל בימי חג הסוכות
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער שטייענדיג געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב סוכות, זמן שמחתינו, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות ביים מעון הקודש פונעם פוסק הדור, מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל "תשובות והנהגות", אין די הר נוף געגנט, צו קענען אקאמאדירן די רבבות אלפי ישראל וואס זענען ערווארטעט צו באלאגערן ביתו נאווה קודש דורכאויס ימי המועד לקבל פני רבם ברגל כמדי שנה בשנה. נאך וואס אין די פארלאפענע יארן איז אויפגעשטע


צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות די צענדליגער שוחטים ובודקים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", וואו דער פוסק הדור האט בודק געווען די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט די שוחטים וועלכע שטייען ביים מנהג הכפרות אום ערב יום הקדוש. דער גאון האט א לענ


אלפי בני ציון היקרים באלאגערן ביהמ"ד הגדול דושינסקיא ביי דרשת שבת שובה דורכ'ן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני שווערע הונדערטער אידן מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק האבן זיך פארזאמלט נעכטן מוצאי צום גדליה לשמוע דבר ה' מירושלים, צום יערליכן "שבת שובה" דרשה דורכ'ן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט כמנהגו די לעצטערע יארן משמיע געווען די דרשה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי דושינסקיא אין ירושלים. נאך בעפאר די באשטימטע צייט איז דער בית המדרש הגדול מיט אלע אירע זייטיגע היכ


ווידיאו • האד' מסאדיגורא באזוכט ביים פעטער פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


אדמור"ים ורבנים באזוכן ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א צום נייעם יאר
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש דורכאויס די פארגאנגענע וואכן בפרוס ימי הרחמים והרצון האבן צענדליגער אדמור"ים רבנים ויושבים על מדין באזוכט במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, לברך ולהתברך בברכת השנים. אינצווישן זיי זענען געווען האדמור"ים מביאלא, בוהוש, מאקאווא, סאדיגורא, סטריקוב, אונגוואר, נחלת אהרן, הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה, הגאון רבי בנימין פינקל שליט"א משגיח ישיבת מיר און נאך פיל.


לברך ולהתברך: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צום נייעם יאר
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך לביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, זייענדיג אונטערוועגנס קיין בית שמש וואו דער רבי האלט זיך אויף דורכאויס די וואך אויפצונעמען די חיסידים צום נייעם יאר. דער רבי האט דורש געוועהן בשלומו פונעם גאון און מען האט אריינגעברענגט כיבוד, עס איז דערביי געשאפן געווארן א לענגערע שמועס איבערן מצב הדור ביי וועל


הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה באזוכט בהיכלו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות במעון תורתו אין ירושלים, הגאון האדיר רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית המדרש גבוה ד'לעיקוואוד. עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות פון אמאל. בין השיחין האט דער פוסק הדור דערציילט פון זיינע זכרונות ווען הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט באזוכט אין שטוב פון זיין פאטער הגאון רבי אשר שטערנבוך זצ"ל אין לאנדאן. ביים ענדע פו


נאסטאלגיע • פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך באזוכט ביי מרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


זעלטענע מעמד "ראשית הגז" במעונו פונעם פוסק הדור; האד' מפינסק קארלין כהן הפודה
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי אן אייגנארטיגער און העכסט התרגשות'דיגער מעמד "ראשית הגז" איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט איבערגעגעבן די מתנות כהונה פאר'ן כהן הפודה, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס דער פוסק הדור האט אויסגעדרוקט רצון קדשו מקיים צו זיין די מצות ציצית מיט ספעציעלע חומרות והידורים. צווישן זיי, אז די וואל זאל אפגעשניטן ווע


התורה אשר שם משה: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך מיט קלארע פסק הלכה איבער באנייע שערוריה פון "בראקל עופות"
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע וואכן איז די עולם התורה וההלכה פון פריש ערוועקט געווארן אין די פארוויקלטע שערוריה פון די "בראקל עופות", ווען עס זענען אויפגעקומען פרישע ידיעות איבער די ביז יעצטיגע מסורה'דיגע עופות, און עס האט זיך געשאפן א פרישע הלכה'דיגע טומל און פארזוך אריינצוברענגען די בראקל עוף. אין די לעצטערע טעג איז ארויף במעונו פונעם פוסק הדור מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, הגאון רבי שלמה ידידיה זעפראני אב


התרגשות'דיגער מעמד הכנה לקבלת התורה פאר הונדערטער לומדי תורה פון כוללי "תשובות והנהגות"
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, JDN אין די טעג בעפאר יו"ט שבועות איז פארגעקומען א מעמד אדיר לכבודה של תורה, פאר די הונדערטער חברי ורבני כולל "תשובות והנהגות" בהתאסף רבנן ותלמידיהון, אין שפיץ פונעם מייסד ונשיא הכוללים מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות. דער מעמד אדיר איז פארגעקומען אין א פראכטפולן זאל וואס האט אקאמאדירט די לומדי הכוללים בליעה"ר פון אלע זעקס סניפי הכוללים, אריינגערעכנט די צוויי פרישע


אסיפה נחוצה דורך רבני שכונת רמת שלמה במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך נאך א רייע אומגליקן ל"ע בתוככי השכונה
זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאגנגענעם וואך האבן זיך צוזאמגענומען אלע רבנים פון די רמת שלמה געגענט אויף אן אסיפה נחוצה אין שטוב פון מרן פוסק הדור, הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, אין ליכט פון א רייע שווערע טראגעדיעס וואס האבן באטראפן די שכונה אין די לעצטע תקופה. ועל כולם, די פלוצימע פטירה פון די יונגע בחורים לבית משפחת שפיגל ז"ל, זין פון דעם חשובן מרביץ תורה הגאון רבי שלמה שפיגל שליט"א, וואס האט איבערגעלאזט די גאנצע געג


הילד איננו: טראגישע פטירה פון הילד אליהו טרייצקי ע"ה אייניקל פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך נאכן זיך דערשטיקן
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א שווערע טראגעדיע האט נעכטן מאנטאג באטראפן די חרדישע קהילה אין די קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית מיט די טראגישע אומקום פון א קליין יונגל אליהו טרייצקי ע"ה בלויז צוויי אלט, אן אור אור אייניקל פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות נאכן זיך דערשטיקן אין פלעיגרופ. שוין א גאנצע וואך וואס ער האט זיך געפונען אין א באוואוסטלאזע צושטאנד, בעת די דאקטוירים אין שפיטאל האבן געקעמפט אויף זיין לעבן, ליי


טויזנטער אידן אינאיינעם מיט גדולי התורה והחסידות שטראמען למעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך דורכאויס ימי המועד
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש רבבות עמך בית ישראל, אינאיינעם מיט פילע גדולי התורה והחסידות, האבן געשטראמט במשך די ימי חג הפסח למעונו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט״א, אויף די קצנלבוגן גאס אין ירושלים. דאס באשיידענע דירה פונעם גאון איז פארוואנדלט געווארן אין א תל־תלפיות פאר די טויזנטער וואס זענען געקומען מקיים זיין די מצוה פון "הקבלת פני רבו ברגל". אין די שעות פארן זמן כניסת החג האט דער גאון שליט״א כמנהגו אפגעראכטן די "עירובי חצירות", מזכה


ווידיאו • הקלבת פני רבו ברגל ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
מאנטאג ג' דחול המועד פסח • י"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page

