top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע סעודת הושענא רבא במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך פאר תומכי כוללי תשובות והנהגות בנשיאותו

לפני 5 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אן עלעגאנטע סעודה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם ליל הושענא רבא אינעם גרויסן סוכה אין די הר נוף געגנט פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט זיך געוואשן צו א סעודת יום טוב אינאיינעם מיט די ספעציעל געלאדענטע נגידים, די שותפים און תומכים פונעם רשת הכוללים "תשובות והנהגות" וואס שטייט תחת נשיאותו, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיסב זיין על שולחן מלכים אלס אנערקענונג פאר זייער ברייטע שטיצע.


דער פוסק הדור איז ערשינען צום מסיבה מלובש בבגדי לבן לכבוד הושענא רבה און מאציל געווען מנועם זיוו אויף אלע משתתפים. א רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף גאר א פראכטפולן פארנעם, און עס האבן מהנה געווען בשירה וזמרה דער בארימטער בעל מנגן ר' דובי מייזלעס הי"ו אינאיינעם מיט נאך מטיבי נגן וועלכע האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט הערליכע ניגוני חג הסוכות.


במשך דעם סעודה האט מען געהאט די זכיה צו הערן פלאמעדיגע דבורים פונעם גאון שליט"א איבער די גרויסקייט פון מחזיק זיין בני תורה, דאן האט מען זיך צוגעהערט צו די שיינע דרשות דורך בנו הגאון רבי חיים עוזר שטערנבוך שליט"א ראש רשת כוללי תשובות והנהגות, און פון נכדו חביבו הרב דוד שטערנבוך שליט"א, וואס טראגט די עול הגשמי אויסצוהאלטן די רשת הכוללים און די מפעלי צדקה וחסד פונעם גרויסן זיידן דער פוסק הדור שליט"א.


צום שלוס פונעם מעמד המרומם זענען אלע תומכים אריבער אל מול פני הקודש זיך וואונטשן בברכת המועד, און יעדער האט ערהאלטן פונעם גאון א תשורה נאה, א לעדערנע ספר תהילים לאות הוקרה והערכה.



תגובות


bottom of page