top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי בא אורח: יהדות שיקאגא לעבט מיט געהויבענע טעג בצל כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א

לפני 5 דקות
זמן קריאה 5 דקות

דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום

דעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און די פמליה געלאנדעט אין שיקאגא אויף א קורצע באזוך לרגל השמחה במעונו, שמחת "שבת שבע ברכות" פון נכדו החתן, וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם שבת אין שטאט במקום מגורי הכלה.


אין די נאכמיטאג שעהן האט זיך דער רבי שליט"א געהויבן פון די טעטעבארא עירפארט, מיטן פריוואטער פליגער וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך נגידי שיקאגא לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א והנלווים אליו.ביים אראפשטייגן פונעם פליגער האבן מקבל פנים געווען, דער מחותן כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב חודרוב שליט"א, דעם רבינס ברודער הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייצען שיקאגא, דער בעל אכסניא הנגיד הנכבד ר' משה דעוויס הי"ו, און א קבוצה עסקנים נכבדים. פונעם לופטפעלד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום אכסניא וואו מען האט געדאוונט מנחה.


שפעטער אין טאג איז אפגעהאלטן געווארן אן עהרנפולע מעמד קבלת פנים, אין שטוב פון הנגיד הנכבד ר' יוסף מייסטעל הי''ו, בהשתתפות אלע רבנים פון שטאט, מנהיגי קהילות, ראשי הישיבות, ראשי הכוללים, כולם נקבצו ובואו לקבל פני הקודש. הרה"ג רבי אפרים טווערסקי שליט"א אב"ד קהל חסידים, נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע האט מיט קורצע דברי ברכה מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם כל הקהל הקודש. נאכ'ן וואונטשן לחיים, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און מ'האט געזונגען עטליכע ניגונים. 


אין אוונט האט דער רבי שליט"א באזוכט אין שטוב פונעם קביעות'דיגן בעל האכסניא הנגיד ר' אהרן אוהר הי"ו וואו עס איז אויפגעגעבן געווארן א סעודה לכבודו פונעם אורח הדגול און שפעטער איז דער רבי אריבערגאנגען זיך משתתף זיין ביים שמחת השבע ברכות במעונו, צוגעשטעלט דורך די באבע הרבנית מזידיטשוב שיקאגא תליט"א.שפעטער ביינאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די ישיבה עץ חיים, וואו די ראשי הישיבה האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א. דער ראש ישיבה הגאון רבי דוד שנעל שליט"א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידיהון, און דאן האט דער רבי משמיע געווען  א טיפן שיעור פלפול אין די סוגיא פון מיגו להוציא לא אמרינן אין מסכת ביצה, וואו די לומדים ותלמידי חכמים פון איבער די שטאט האבן מיטגעהאלטן די טיפע ענינים און זיך מפלפל געווען מיטן רבי'ן, שאפנדיג א מחזה הוד.דער רבי האט מסיים געווען רעדנדיג בשבח הישיבה, און דערנאך זענען די נאנט צו צוויי הונדערט תלמידים אדורכגעגאנגען שלום נעמען און מקבל געווען ברכות הקודש, און די ראשי הישיבה האבן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א.


 פרייטאג ערב שבת אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין בית המדרש זידיטשוב חודרוב. נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים דורך די אברכי הכוללים פון די צוויי חסידישע כוללים אין שטאט זידיטשוב און ווייצטען, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און די יונגעלייט זענען דורך שלום נעמען.


דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון אחיו הגה"צ ר' משה יוסף אונגער שליט"א אב"ד ווייצטען שיקאגא, אויף פת שחרית. פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין דער ווייצענער תלמוד תורה אין שיקאגא, אין באגלייטונג פון אחיו הגה"צ רבי משה יוסף שליט"א, נשיא המוסד.


אינעם היכל התלמוד תורה איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים רבתי, וואו די פיר הונדערט צאן קדשים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשמחה יתירה וביראת הכבוד. במשך דעם מעמד האבן די קינדער געזונגען א רייע באבוב'ער ניגונים דערונטער עטליכע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און דברי חיזוק און ווארימע דיבורים פאר די ילדי החמד, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה. צום שלוס זענען אלע קינדער דורך דעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט פארטיילט מזונות פאר יעדן באזונדער, און דער רבי האט פארלאזט דעם תלמוד תורה, ווערנדיג באגלייט דורך רבנן ותלמידיהון.


במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א געדאוונט די תפלות און געפראוועט די טישן אין היכל ביהמ"ד "זידיטשוב חודרוב" וואס איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור, תושבי העיר צוזאמען מיט די אורחים פון אלע מקומות וואס זענען געקומען צופארן צום געהויבענעם שבת.


מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער צענטראלער מסיבת מלוה מלכה-ושבע ברכות לכבוד השמחה הרוממה, אין די זאלן פון "תפארת פרידא" ביי וועלכן מ'האט זיך משמח געווען בשמחה וגילה, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.


זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית אין בית המדרש זידיטשוב חודרוב, וואו עס האבן מיטגעדאוונט א שיינער ציבור תושבי העיר. 


נאכ'ן דאווענען האט דער רבי אפגעשטאט א געהויבענעם באזוך בין כותלי ישיבת טעלז המעטירה, פון די אויסגערופענע ישיבות אין די ליטווישע תורה וועלט, וואו הונדערטער בחורים ואברכי הכולל זענען זיך מייגע בעומקה של תורה. לכבוד דעם רבינס באזוך זענען זיך אויך צוזאמענגעקומען אן אלגעמיינער ציבור בעלי בתים חובבי תורה פון שטאט, וועלנדיג נהנה זיין מאור תורתו פונעם רבי'ן שליט"א.


אנקומענדיג אין היכל ביהמ"ד הגדול פון די ישיבה איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן ביותרת הכבוד דורך די ראשי הישיבה שליט"א, הגאון רבי מרדכי לעווין שליט"א און הגאון רבי שמואל ישעי' קעלער שליט"א, וועלכער האט שפעטער מיט קורצע דיבורים באגריסט דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידיהון.


דאן איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן פארצולערנען דעם שיעור פאר די מאסן תלמידי הישיבה נאנט צו א שעה צייט בריתחא דאורייתא, אין די סוגיא אין מסכת בבא בתרא דף כ"ח און דף כ"ט איבערן מחלוקת ראשונים ארום דעם יסוד חזקת ג' שנים, ארויסברענגענדיג די סוגיא מיט א געוואלדיגע קלארקייט.


עס איז געווען א מחזה הוד וואו די בחורים און אלע לומדים האבן מעלה געווען דעם שיעור על הכתב און זיך מחיה געווען בפלפולא דאורייתא. נאכ'ן שיעור זענען אלע תלמידים אדורך איינציגווייז שלום נעמען, וואו דער רבי שליט"א האט יעדן געוואונטשן בסבר פנים יפות, און א טייל בחורים און חשובע לומדים זענען צוגעגאנגען איבעררעדן דעם פלפול מיט'ן רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט במאור פנים געגעבן צו פארשטיין ביאור הדברים כדרכה של תורה. נאכדעם האבן די ראשי הישיבה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ונפרדו לשלום.


פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום תלמוד תורה "תפארת צבי". אנקומענדיג האבן די קינדערליך אפגעווארט פארנט פון בנין הת"ת צוזאמען מיטן חשוב'ן מנהל הרב נתן מולער שליט"א און די חברי ההנהלה, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה. די יונגערע כיתות זענען געשטאנען אויסגעשורה'ט אויף ביידע זייטן פארנט פונעם ת"ת אנגעטאן בבגדי שבת, און דער רבי שליט"א האט זיך אפגעשטעלט און זיי געוואונטשן ברכת הקודש.


דערנאך זענען די עלטערע קינדער אריין אין היכל ביהמ"ד פונעם תלמוד תורה. דער מנהל הרב מולער שליט"א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש בנועם שפתיו בענין קדושת העינים וקדושת הפה, משולב מיט די עבודה פון יום טוב חנוכה, וועלכע האבן געלאזט א טיפן רושם אויף די קינדער. נאך די דברות קודש זענען אלע תלמידים אדורך מקבל זיין ברכת הקודש און לקח פונעם רבי'ן שליט"א, און דערנאך האבן אלע תלמידים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה.


פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א. נאכ'ן באזוך איז דער רבי שליט"א צוגעפארן לבית האכסניא וואו מען האט געדאוונט תפילת מנחה, און א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום לופטפעלד פון וואו דער רבי האט זיך געהויבן מיט'ן פריוואטן עראפלאן. ארום זיבן אזייגער אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אין א גוטע שעה אינעם טיטערבארא לופטפעלד, איבערלאזנדיג א רשימא דקדושה אין דער שטאט שיקאגא וואס וועט אויף שטענדיג בלייבן איינגעקריצט בלב תושבי העיר, זקנים עם נערים.



תגובות


bottom of page