top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע פשעווארסקער חתונה וועט צום ערשטן מאל פארקומען אין נייעם ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפן

לפני 13 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה צו דער געהויבענער רבי'שער חתונה, וואס וועט אי"ה געפייערט ווערן אין די פשעווארסקער הויף אין אנטווערפן מארגן מיטוואך פרשת וישלח הבעל"ט למזל טוב.


די גרויסארטיגע שמחה וועט זיין די ערשטע חתונה וואס וועט אי"ה געפראוועט ווערן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען, וואס וועט אי"ה ווערן אהערגעשטעלט באופן יפה ונאה, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן ארום, צו קענען אקאמאדירן די מאסן חסידים ביי דעם עת רקוד ושמחת בית צדיקים און וועט אויסגענוצט ווערן צו שעפן מלא חפניים פון הנאה רוחנית, שמחה והתחזקות און השפעות טובות וואס ווערט נמשך מן השמים.


עס וועט גיין אונטער דער חופה בשעטומ"צ החתן בנש"ק הרב דוד פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ רבי אלעזר פריעדמאן שליט"א, מו"ץ בקיט"ל סאטמאר אנטווערפן, בן הגה"צ רבי ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א, דומ"ץ סאטמאר העריסאן, וחדב"נ כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, עב"ג הכלה בתש"ק תחי', טאכטער פון הרה"צ רבי ישראל דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ רבי יחזקאל דייטש שליט"א, אבד"ק מקור חיים, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א.


די גרויסע שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן דעם שבת קודש פרשת ויצא, ביים שמחת האויפרוף אינעם פשעווארסקער בית המדרש אין אנטווערפן, בצלו פון גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. 


די געטרייע עסקני ק"ק פשעווארסק זענען די לעצטע טעג העפטיג איינגעשפאנט פארצוברייטן דעם אויסשטעל פון דער גרויסארטיגער חתונה און די נאכפאלגנדיגע ימי השמחה, צו פארזיכערן אז אלעס קלאפט אויפ'ן שענסטן פארנעם.


דער קבלת פנים וועט פארקומען אינעם בית המדרש, און די חופה וועט געפראוועט ווערן אויף די מערקאטאר גאס פארנט פונעם בית המדרש. די סעודת החתונה און ריקודין וועלן פארקומען אינעם זאל פון "בית רחל".


נאך די ריקודין וועלן די חסידים אריבערגיין צום ביהמ"ד פארנעמען זייערע ערטער אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, וואו מען וועט מקבל זיין בקול רנה ושמחה דעם גרויסן זיידן, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער וועט זיך וואשן צו דער סעודת החתונה, און דערנאך אפרעכטן די געהויבענע ריקודין לפני הכלה.עס וועט נאכפאלגן די קייט פון שבעת ימי השמתה פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער שבת שבע ברכות בצל קדשו פונעם זיידן דער פשעווארסקער רבי שליט"א.

תגובות


bottom of page