top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאלכסנדר וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל; הכלה בת חתנו האד' מאונגוואר

לפני 9 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי אלכסנדר אין ניו יארק מקבל פנים צו זיין רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וועלכער קומט צו פארן קיין אמעריקע דעם קומענדיגן חודש טבת צו באשיינען די שמחת החתונה פון אן אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנו כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א, מיטן חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א פון ארץ הקודש. די חתונה וועט אי"ה פארקומען קומענדיגן מיטוואך פרשת ויחי י"ג טבת אין די זאל עטרת גאלדא, במקהלות עם רב, חסידים און ידידים וואס וועלן זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.


דער רבי שליט"א וועט לאנדן אין ניו יארק מאנטאג נאכמיטאג פרשת ויחי, און פון גלייך פארן קיין לעיקוואוד, וואו דעם רבינס אכסניא וועט זיין בבית הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו. מיטוואך, ביום החופה, וועט דער רבי אנקומען קיין בארא פארק, וואו זיין אכסניא וועט זיין בבית הרה"ח ר' יעקב צבי גוטמאן שליט"א, דער קביעות'דיגער בעל אכסניא פון די אדמור"י אלכסנדר.


דער הויכפונקט פון דער נסיעה וועט זיין דער שבת התאחדות, שבת שבע ברכות וואס דער רבי שליט''א וועט אפרעכטן אינעם אלכסנדר בית המדרש אין בארא פארק. מוצאי שבת וועט פארקומען די צענטראלע סעודת שבע ברכות, צוגעשטעלט דורך די אלכסנדר קהילה. אין די טעג בעפאר און נאך שבת וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים אריינצוגיין מיט קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


דינסטאג פרשת שמות וועט דער רבי שליט"א זיך צוריקקערן למעון קדשו אין בני ברק.

תגובות


bottom of page