בארא פארק: מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וקביעות מזוזה אין ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר 36
לפני 10 דקות
זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ל"ש
דעם מוצאי שבת בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געוויילט אין שטאט בארא פארק האט דער רבי אפגעשטאט אין די סאטמארער ביהמ"ד אויף די 36'סטע סטריט וואו עס איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד. ביים אנקומען האט זיך דער רבי צוערשט אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וועלכע איז פראכטפול איבערגעבויעט געווארן. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און מען האט געזונגען א ניגון הכנה איידער דער רבי אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה. צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי איבערגעגעבן א פרס הכרת הטוב פארןפטרון ביהמ"ד הנגיד מוה"ר פנחס משה לאנדא הי"ו.
























































תגובות