האד' מוויזניץ לאנדאן באזוכט אין אכסניא פון האד' מראחמיסטריווקא אין לאנדאן
דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

נעכטן נאכמיטאג, א קורצע וויילע נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט געלאנדעט אין עיר הבירה לאנדאן, איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צום אכסניא פון רבי'ן, אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי אליש ענגלענדער שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער איז א שכן טוב און וואוינט קעגנאיבער דעם אכסניא.
דער ראחמיסטריווקא רבי האט דערביי געוואונטשן מזל טוב פאר'ן וויזניצער רבי'ן לרגל די געבורט פון אן אייניקל, א טאכטער ביי זיין איידעם הרב וועלוול טווערסקי, זון פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א, וועלכער איז אויך געווען אנוועזנד ביים באזוך.
די אדמור"ים האבן דערביי ארומגעשמועסט איבער פארשידענע ענינים, צווישן זיי שמות נשים. דערנאך האבן די רבי'ס געטרונקען לחיים און זיך געזעגנט לשלום מיט ברכות לרוב.














תגובות