top of page
האד' מראחמיסטריווקא ארויסגעפארן קיין ניו יארק זיך אנצושליסן מיט דעלעגאציע גדולי הדור לטובת "קרן עולם התורה"
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז יעצט ביינאכט אפגעפלויגן אויף א קורצע מסע הקודש קיין אמעריקא, זיך אנצושליסן מיטן היסטארישן נסיעה בראשות די גדולי ומאורי הדור שליט"א וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק אויפצורטייבן סכומים עצומים לטובת דער "קרן עולם התורה". דער רבי שליט"א איז שוין אין די פארגאנגענע צוויי יאר עטליכע מאל ארויסגעפארן אינאיינעם מיט די גדולי ישראל קיין אמעריקע און אייראפע, און אויך יעצט האט ער באשלאסן ווידער מיטצושטיין מיט


צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל בצל בנו האד' מראחמיסטריווקא
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג כ''ב סיון איז אפגעצייכנט געווארן ביי חסידי ראחמיסטריווקא די צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצוק"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. מוצאי שבת בליל ההילולא אום 2:30 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו מעריב בהתלהבות דקדושה כדרכו, נאך מעריב האט


ביני עמודי דגירסא: האד' מראחמיסטריווקא באזוכט אין תלמוד תורה סקווירא אין ירושלים
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך האט כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א באשיינט די מעמד החומש סעודה פון א אייניקל, א זון פון חתנו הרה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן שליט''א וואס איז פארגעקומען אין תלמוד תורה סקווירא אין ירושלים, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים און דאן פארטיילט חומשים פאר אלע חתני המקרא. נאכן מעמד איז דער רבי ארומגעגאנגען צווישן די כיתות אינעם תלמוד תורה וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די


ווידיאו • האד' מראחמיסטריווקא באזוכט אין ישיבת הקירוב ״תורה ואמונה״ שע"י ארגון ״צהר״ מיסודו פון האד' מבעלזא
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page
