top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד תפילה אין בארימטער ראחמיסטריווקא ישיבה אין ירושלים להצלחת המגבית לטובת ישיבה נעץ דחסידי ראחמיסטריווקא

  • לפני 18 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די בארימטער ישיבה גדולה מאור עיניים ראחמיסטריווקא אין עיר הקודש ירושלים איז דעם זונטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מעמד תפילה, צוליב דעם שווערן פינאנציעלן מצב וואס האט באטראפן די ישיבה הק' די לעצטע תקופה.


דער מעמד התפילה איז געווען מיט דער באטייליגונג פון די הונדערטער תלמידי הישיבה און די רמ"י הישיבה שליט"א, ובראשם דער נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וואס על פי קריאתו זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען מרבה צו זיין בתפילה פאר די הצלחה פון דער גרויסער מגבית חירום וואס איז אין די טעג געלאזט געווארן אין גאנג, צו ראטעווען די נעץ פון ראחמיסטריווקא ישיבות, וואס איז כיום פארצווייגט מיט מערערע סניפים פון הערליכע ישיבות לשם ולתפארת, וואו קרוב צו טויזנט תלמידים שטייגן בתורה ויראת שמים.


דאס קומט אין צייט וואס דער רבי האט ארויסגעשיקט קיין אמעריקא צוויי שלוחים נאמנים, מקורבו הרה"ג ר' אברהם סלאנים שליט"א, און הנגיד ר' דוד מרגליות הי"ו פון לאנדאן חבר הנהלת הישיבה, מיט א ספעציעלן מיסיע אויפצוטרייבן שטיצע צווישן די נדיבים בעם לחיזוק וביסוס הישיבות.


דער מעמד איז פארגעקומען נאך תפילת מנחה אין היכל הישיבה וואו דער רבי איז אריינגעקומען און מיטגעזאגט ספר רביעי שבתהילים וואס האט געגעבן ווי פארשטענדליך געגעבן א שטארקן חיזוק, מיטן האפענונג אז די מגבית זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה, און די ישיבות הקדושות זאלן קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת ועוז.



תגובות


bottom of page