האד' מראחמיסטריווקא באשיינט שמחת בר מצוה פון אייניקל אין תלמוד תורה "קדושת התורה"
דאנערשטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
נאכפאלגנדיג די גרויסע שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין ירושלים במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה, איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן א ספעציעלע שמחת בר מצוה דורך די חברים פונעם חתן הבר מצוה אין תלמוד תורה "קדושת התורה", וואו דער רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען בראש המסובין און פארברענגט מיט די תלמידים און מלמדים לכבוד די שמחה.
אין די מיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די לאמעט זאל אין בנין ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין ירושלים, מלובש בבגדי שבת וואו דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו א יום טוב'דיגע סעודה און מיטגעהאלטן די מעמד פאר איבער צוויי שעה.
במשך די סעודה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און נאכן פלייש האט דער רבי שליט"א געזאגט תורה און דברי חיזוק פאר די בחורים.
דער בר מצוה בחור האט דערנאך געזאגט זיין פשטיל כנהוג, און הרה"ג ר' הערשל גוטפארב שליט"א האט איפגעטרעטן לכבוד די שמחה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, וואס האט אריינגעברענגט א פרייליכן אטמאספער.
בשעת די סעודה זענען אלע מלמדים אינעם התלמוד תורה דורך ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן לחיים און מזל טוב. שפעטער נאכן בענטשן איז דער גאנצער כיתה פונעם חתן הבר מצוה אריבער מול פני הקודש, און יעדער תלמיד האט באקומען א כוס של ברכה פונעם רבי'ן שליט"א.












תגובות