top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאנגרעסמאן מייק לאולער באזוכט ביי האד' מסקווירא צו די בעפארשטייענדע וואלן

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם וואך דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א האט באזוכט ביים רבי'ן, קאנגרעסמאן מייק לאולער, וועלכער איז געקומען אפנעמען דעם ברכת הקודש צו זיין ווידערוויילונג אין קאנגרעס זייענדיג באגלייט דורך זיין אידישע געהילף ראפי זילבערבערג, דער מעיאר פון שיכון סקווירא הרב ישראל משה שפיטצער און נאך עסקנים. לאולער האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט מיטן רבי'ן פארשידענע עניני הכלל ווען א גרויס טייל פונעם וויזיט איז ער געווען פארשפארט מיטן רבי'ן ביחידות. ביים ענדע האט אים די רבי ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב צו זיין ווידערוויילונג.


תגובות


bottom of page