שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מבית יצחק ספינקא אפגעראכטן בצל האד' מסאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

תושבי קרית יואל האבן פאריגע וואך דינסטאג זיך מיטגעפריידט בשמחתו פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, ביים שמחת הברית מילה פון אן אור-אייניקל וואס איז אפגעראכטן געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול, בצל הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
עס איז נכנס לבריתו של אאע"ה א טאפעלטער אור-אייניקל פון ספינקא רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הר"ר ישכר דוב בעריש הורוויץ שליט"א, בן בנו הרה"ג רבי יהודה שליט"א, וחתן חתנו הרה"ג רבי ארי' מרדכי ארבינאוויטש שליט"א, מרביץ תורה במוסדות קרית יואל, בן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
דינסטאג אינדערפרי איז דער ספינקא רבי שליט"א אינאיינעם מיט בני משפחתו ובאי ביתו אנגעקומען קיין קרית יואל, און מיטגעהאלטן תפילת שחרית צוזאמען מיטן סאטמארער רבי'ן שליט"א. גלייך נאך'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת ברית מילה.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געדינט אלס סנדק, דער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אלס סנדק מעומד, און דער סאטמארער רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, און ויקרא שמו בישראל "בנימין", אויפ'ן נאמען פונעם גרויסן זיידן הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצוק"ל, חבר הבד"ץ בירושלים עיה"ק, בעל עבודת בנימין.
נאך'ן ברית האט דער ציבור געוואונטשן דעם ברכת מזל טוב פאר די בעלי שמחה, און דערביי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א טעלעפאניש געוואונטשן דעם ברכת מזל טוב פאר'ן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
שפעטער איז אפגעראכטן געווארן דער מסיבת לחיים לכבוד השמחה, ביי וועלכן דער סאטמארער רבי שליט"א האט מסב געווען בראש, און עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים. דער משמש דקרית יואל הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט דעם מי שברך פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א און פאר'ן ספינקא רבי'ן שליט"א כנהוג. דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן דעם ספינקא רבי'ן שליט"א, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.
דער סעודת הברית איז אפגעראכטן געווארן פריוואט, ביי וועלכן דער ספינקא רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און מ'האט פארברענגט בשירות ותשבחות אויף א געהויבענעם פארנעם.
















תגובות