האד' מראחמיסטריווקא איז מתפלל אינעם מערת המכפלה אין חברון לרגל ערב ראש חודש אלול
- לפני 37 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דינסטאג באישון ליל איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביי די קברי אבות אינעם מערת המכפלה אין חברון לרגל דער יום המסוגל ערב ראש חודש אלול. דער רבי איז צוערשט אריין צום קבר פון ישי און רות, וואו ער האט מתפלל געווען א תפילה קצרה, און דערנאך אריבער צום אולם יצחק, וואו ער האט געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, דערנאך די פרשת העקידה, און עטליכע מזמורי תהלים.
דער רבי האט דאן ממשיך געווען זיין עבודת הקודש דארט אין מערת המכפלה ביז פארן נץ החמה, ווען דער רבי האט זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אין ירושלים, און תיכף זיך געשטעלט דאווענען תפילת שחרית.














תגובות