top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי ראחמיסטריווקא מיטגעלעבט זעלטן געהויבענע שמחת הבר מצוה פון ערשטע אייניקל ביי האד' מראחמיסטריווקא

  • לפני 30 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

א געוואלדיגער התרגשות און אומבאשרייבליכע התרוממות הנפש האט נעכטן ארומגענומען אלפי חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האבן מיטגעלעבט די היסטארישע שמחת הבר מצווה פונעם ערשטן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הבחור הבר מצווה כמר ישראל מרדכי ני"ו, זון פונעם רבינס עלטסטן איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, זון פון הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא.


די שמחה רוממה האט ארויסגעברענגט אן אויסטערלישע התרגשות און אינערליכע רגשי קודש ביי אלע חסידים, ווען מען איז זוכה צו זען ווי די גאלדענע קייט פונעם שלשלת הקודש למלכות בית ראחמיסטריווקא ציט זיך ווייטער.


צוליב דעם גרויסן ציבור וואס איז געווען ערווארטעט, סיי די טויזנטער חסידים פון אלע שטעט אין ארץ ישראל און בנוסף די פילע געסט פון אויסלאנד, צוזאמען מיט עמך אידן אנשי ירושלים ומחוצה לה וואס האבן געוואלט מיטהאלטן אזא שמחה נדירה, איז איינגערישט געווארן דעם ריזיגן שאטער הארט נעבן ביהמ"ד הגדול סלאנים אויף רחוב דורש טוב, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם, אויסגערישט מיט פארענטשעס מקצה אל קצה צו קענען אקאמאדירן דעם פילקעפיגן ציבור.


די יום השמחה האבן זיך שוין אנגעהויבן נעכטן זונטאג אינדערפרי, ווען דער רבי שליט"א האט געדאוונט שחרית כותיקין, און ביים הפסקה נאך שמונה עשרה בביתו נאווה קודש האט דער רבי אנגעטון דעם קאלפיק פארן בר מצווה בחור כנהוג, און דערנאך מיטגעהאלטן וואו דער בר מצווה בחור טוט אן די תפילין און אים איבערגעגעבן פארשידענע הוראות והדרכות.


נאכמיטאג איז פארגעקומען די סעודת מצווה אויף א באשיידענעם פארנעם אין שטוב פון דעם רבינס מקורב הרבני החסיד ר' ישראל מאיר גרוס הי"ו בשכינות פונעם ראחמיסטריווקא הויף. צו די סעודה זענען געלאדנט געווארן די משפחת המלוכה און נגידי ותומכי המוסדות וואס האבן מוזיל געווען מכספם פאר די הוצאות השמחה. דער רבי שליט"א האט באשיינט בראש השמחה און זיך געוואשן צום סעודה. עס האבן זיך אויך באטייליגט האדמורי"ם מקרעטשניף ירושלים, ספינקא, סטראפקוב, המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א, און דעם רבינס שוואגער הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א.


א שיינע דרשה איז געהערט געווארן פונעם רבינס מחותן המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב. דער בר מצווה בחור האט געזאגט די פשעטיל וואו מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מענינו של יום מיט דברי הדרכה פארן חתן המצוות. דער בר מצווה בחור האט דערנאך געבענטשט על הכוס, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארטיילט פאר אלע נדיבים א לעדערנע "סליחות המפורש" כאות הוקרה והערכה.


נאכן סעודה האט דער רבי געדאוונט מנחה, ווען אינצווישן האבן מאסן אידן איבערגעפילט דעם גרויסן שאטער מקצה אל קצה. א קאפעליע בעלי מנגנים האט במשך דעם גאנצן מעמד מהנה געווען בשירה וזמרה מיט ניגוני שמחה והודאה.


די בר מצוה פארן ציבור איז געפראוועט געווארן אין א פארמאט פון א מסיבת לחיים, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט בלויז מיני טעימה.


די נשים צדקניות האבן זיך פארזאמלט אינעם דערנעבנדיגן סוכת דוד זאל מיטצוהאלטן די שמחה, אין שפיץ פון הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אמה של מלכות פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די שמחה אין א גאר זעלטענע ערשיינונג נאך לאנגע יארן וואס די רעבעצין איז נישט ארויס פון שטוב, אויך נישט צו שמחות פון די אייגענע אייניקלעך.


צו די באשטימטער צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן שאטער, ווערנדיג ענטפאנגען בקול רינה וישועה. דער ציבור אויף די פארענטשעס האט זיך געהויבן מיט פייערליכע ריקודין בשעת דער רבי איז ארויף אויפן פראכטפולן בימת הכבוד, און זיך געזעצט בראש המסובים צו דער זייט פון דער בר מצווה בחור, זיין פאטער הרה"צ רבי שמואל אבא שליט"א, און דער זיידע הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א. 


במשך די שמחה האט דער רבי אויפגענומען די חשובע געסט, אדמורי"ם, רבנים ואנשים חשובים וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין און וואונטשן מזל טוב. 


צווישן זיי איז געווען כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, נכד צדיקי בית ראחמיסטריווקא, וועם דער רבי האט אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים, בשעת די קאפעליע האט געזינגען א רייע פרייליכע קארלינער ניגונים. אזוי אויך האדמור"ים מדושינסקיא, פינסק קארלין, סקולען ירושלים, נדבורנה ירושלים. טריסק, קרעטשניף סיגעט, סטריקוב ירושלים, לעלוב בית שמש און ראדאשיץ, הרה"צ רבי אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה, הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים, הגאון רבי שלום אייזנבערג שליט"א דומ"ץ קרית צאנז ירושלים, און דער רב הכותל הרב שמואל רבינוביץ שליט"א.


אויך האבן זיך באטייליגט די פעטערס: האדמורי"ם מקאמרנא און לעלוב ירושלים, הגה"צ רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק, און הגה"צ רבי מתתי' טווערסקי שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא ביתר.


דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און משמיע געווען דברות קודש מעניני בר מצווה און שמחה של מצווה, און דערביי מאציל געווען לענגערע ברכת הקודש לכל העם הנאספים, ויענו כל העם אמן אחריו.


דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה. אן עלעקטראנישע שטראם האט ארומגענומען דעם ציבור האלפים ווען דער רבי איז געטאנצן א ריקוד נלהב מיטן אייניקל דער בר מצווה בחור אויפן ניגון "שש אנוכי על אמרתיך" וואס דער רבי זעלבסט האט צוגעפאסט לכבוד די שמחה, וינועו אמות הסיפים פון די אומבאשרייבליכע התלהבות.


דערנאך האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן הונדערטער קבלות טובות וואס כל קהלא קדישא האבן זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען דורכאויס חודש אלול און די ירח האיתנים, און דער רבי האט מאציל געווען ברכות קדשו לכל המקבלים זיי זאלן זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה.


צום שלוס האט דער גאנצער ציבור אנגעהויבן דורכגיין אויף אמירת מזל טוב און לחיים מיט א באשטימטן סדר לויט די יארגענג. עס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה ביז קרוב צו איינס אזייגער ביינאכט, ווען דער רבי האט אנגעהויבן עטליכע ניגוני גאולה און זיך ווידער אויפגעשטעלט אויף א ריקוד, איידער מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה, אויסדריקנדיג די טיפע הרגשים און הודאה על העבר ובקשה על העתיד.



תגובות


bottom of page