שלוחי דרבנן ר' שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ אדרעסירט וויכטיגע אסיפה אין חצה"ק ראחמיסטריווקא איבער סכנת הגיוס
- 19 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגער אסיפה אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, געאייגענט פאר אלע תלמידי הישיבה גדולה אויף וועם עס דרויעט א באלדיגע סכנה אריינצופאלן אין די טמא'נע נעגל פון די מיליטערישע פאליציי.
ביים אסיפה איז געהערט געווארן די ווערטער פון דער שלוחי דרבנן העסקן הרב שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ וואס איז שטארק אריינגעטוהן אין די נושא פון גיוס, שטייענדיג בראש המערכה. ר' שמעון הי"ו האט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט, אלע פונקטליכע הוראות און הדרכות וואס מען דארף וויסן אויף הלכה למעשה, פון ווען מען ערהאלט א "צו גיוס" פון די מיליטער, און אויב חלילה מען ווערט ארעסטירט, ווי אזוי מען זאל רעאגירן, וואס יא און וואס נישט צו ענטפערן און אזוי ווייטער.
נאך די אסיפה איז ר' שמעון אריין אל הקודש פנימה צו כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א וועלכער האט זיך באדאנקט פאר ר' שמעון שליט"א פאר זיין הילף, און איבערגעשמועסט די ביטערע סיטואציע מיטן גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפן יהדות החרדית ווי קיינמאל בעפאר. בפרטיות האט מען ארומגערעט איבער עטליכע היימישע בחורים וועלכע זענען נאך דערווייל ליידער פארפלאנטערט מיט די מיליטער, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר ר' שמעון שליט"א און אלע מצילים.





תגובות