top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים און מעריצים מיטגעהאלטן קורצן באזוך פון האד' מראחמיסטריווקא אין שטאט בארא פארק

  • לפני 7 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN

תושבי בארא פארק האבן פארלאפענעם וואך מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לטובת דער קרן עולם התורה.


מיטוואך מיטאג האט דער רבי פארלאזט די אכסניא אין מאנסי אויפן וועג קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' מתתיהו סווערדלאוו, מגדולי תומכי המוסדות, וואו דער רבי שליט"א האט קובע געווען א מזוזה אין זיין נייע הויז און אפגעראכטן א שולחן לחיים.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די נגידישע משפחת ווייס, וואו עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת דער קרן עולם התורה, דער רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען בראש המסובים צוזאמען מיט אנדערע גדולי ישראל. דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' יואל לייפער, וואו עס איז פארגעקומען נאך א באנקעט לטובת דער קרן עולם התורה, צוזאמען מיט אנדערע גדולי ישראל. פון איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום אכסניא אין בארא פארק, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאפיר, און זיך אפגעהאלטן דארטן א קורצע וויילע.


שפעטער אין טאג איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון משפחת שעראפער, וואו עס איז פארגעקומען א רייכע נגידישע באנקעט לטובת קרן עולם התורה.


שפעטער אין טאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד התפסר המרומם ר' ליפא פריעדמאן, וואו דער רבי שליט"א האט געדאוונט מנחה מיט מעריב, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער אנדערטהאלבן שעה, כדרכו בקודש מיט א התלהבות און דביקות. נאך מעריב האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים צוזאמען מיט'ן נגיד און זיין פאטער הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר, און אנגעוואונטשן שפע ברכות פאר'ן נגיד און בני משפחתו, דערביי האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב לרגל די חתונה פון זיין ערשטע קינד וואס איז פארגעקומען לעצטנס אין בארא פארק און זיך מתנצל געווען אז ער האט נישט געקענט אנקומען צו די חתונה ווי גאפאלנט נאך וואס ער האט באונס פארשפעטיגט דעם עראפלאן.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי שארו בשרו, דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א פון בארא פארק, וואו ס'איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס דברי תורה וסיפורי צדיקים קרוב צו א האלבע שעה בין הדברים האט דער ראחמיסטריווקא רבי פון בארא פארק פארבעטן און געלאדענט דעם רבי'ן צו פארבלייבן שבת אין בארא פארק.


באישון ליל איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון זיין שוואגער הגה"צ ר' יעקב ניישלאס שליט''א, וואו ער האט זיך געוואשן צו א סעודה צוזאמען מיט ר' יאנקל און בני משפחתו, און פארבערנגט בדברי תורה וסיפורי צדיקים פון איבער א שעה צייט. דורכאויס די נאכט האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעהאלטן דארט אין שטוב און עוסק געווען אין זיין עבודת הקודש און שיעורים קבועים. דאנערשטאג צופרי איז דער רבי צוריק צו זיין קביעות'דיגן אכסניא אין בארא פארק, אין שטוב פון הרה"נ ר' דניאל גראס שליט"א. דער רבי שליט"א האט זיך דארט גע'טובל'ט אין די פריוואטע מקוה, און זיך צוגעגרייט צו תפילת שחרית.


ארום 9:30 אינדערפרי האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן תפילת שחרית אין ביהמ"ד נעימת חיים, וואס געפינט זיך אין די אכסניא. נאך תפילת שחרית איז אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביים רבינ'ס קרוב כ"ק אדמו"ר  מראחמיסטריווקא שליט"א פון בארא פארק.


שפעטער האט דער רבי שליט"א פארלאזט די אכסניא אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד, אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש, וואו דער רבי האט געלאנדעט פרייטאג ערב שבת אינדערפרי.



bottom of page