לעצט הכנות צום היסטארישן שמחת הבר מצוה פון ערשטע אייניקל ביי האד' מראחמיסטריווקא דעם זונטאג הבעל"ט
- לפני 14 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים קומען פאר מאסיווע הכנות צום גרויסארטיגן שמחת הבר מצוה פון די ערשטע אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הבחור הבר מצוה כמר ישראל מרדכי ני"ו זון פונעם רבינס עלטסטער איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א זון פון הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא, וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג כי תבא במקהלות אלפי חסידי ראחמיסטריווקא פון איבער גאנץ ארה"ק און צענדליגע געסט פון אויסלאנד.
די היסטארישע דערלעבונג ווען עס ציהט זיך ווייטער די גאלדענע קייט פונעם הייליגן ראחמיסטריווקא שלשלת טראגט מיט זיך א באזונדערע התרגשות ביי די חסידים. ווי באקאנט, איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געהאלפן געווארן מיט זרע של קיימא נאך גאנצע צוואנציג יאר פון די חתונה, מיט פופצן יאר צוריק, בשנת תשע"א איז אפגעראכטן געווארן די היסטארישע חתונה פונעם רבינס עלטסטער טאכטער, א שמחה וואס ליגט נאך גוט אין זכרון ביי די טויזנטער חסידים, און אצינד גרייט מען זיך שוין מיט גרויס התרגשות צו דער ערשטער שמחה ביי דעם קומענדיגן דור – די בר מצוה פונעם רבינס ערשטן אייניקל, אין א מזל'דיגע שעה.
אין א טויש פונעם ארגינעלן פלאן וועט די גרויסע בר מצוה פארקומען אין א גיגאנטישע שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן ביהמ"ד הגדול סלאנים אויף רחוב דורש טוב אין די עזרת תורה תורה, וועלכע וועט אויסגערישט ווערן מיט צוגעלייגטע פארענטשעס ביז'ן מאקסימום צו אקאמאדירן דעם ציבור האלפים וואס איז ערווארטעט מיטצוהאלטן די היסטארישע שמחה.
באזונדער ווערט די שאטער באצירט מבית ומבחוץ אויף א פראכטפולן פארנעם און א מאיעסטעטישע בימת הכבוד איז אויפגעשטעלט געווארן אויף א העליכע פארמאט כראוי וכיאות לכבוד השמחה בבית צדיקים.
אין צוגאב זענען אינסטאלירט געווארן צענדליגע עיר קאנדישאנס, כדי אפצוקילן דעם פיל געפאקטן שאטער דורכאויס די בר מצוה.
די שמחה וועט זיך אנהייבן זונטאג נאכמיטאג ביים סעודת מצוה מיוחד פאר די משפחת המלוכה אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער רבי שליט"א, אין שטוב פון מקורבו הרבני החסיד ר' ישראל מאיר גראס הי"ו בשכינות פון די ראחמיסטריווקא הויף אין ירושלים.
שפעטער וועט נאכפאלגן דער מעמד לחיים רבתי אינעם גרויסן שאטער, ביי וועלכן מען וועט זיך משמח זיין בשמחתו הגדולה פונעם רועה נאמן, במשך די שמחה וועט זיין א געלעגנהייט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פאר די בעלי השמחה און דער רבי וועט משמיע זיין דברות קודש בעידן חדוותא.
פאר די נשים צדקניות וועט זיין צוגעשטעלט די שמחת הבר מצוה אין די דערנעבנדיגער זאל פון סוכת דוד, אין שפיץ פון דער עלטער באבע הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א, אמא של מלכות פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט א הוק-אפ פון די שמחה אינעם שאטער הגדול.
אין די יעצטיגער טעג האט דער בעל שמחה הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א באזוכט בבתי אדמור"ים ורבנים וגדולי ישראל איינצולאדענען און מקבל זיין ברכותיו הטהורות לכבוד די שמחה.





תגובות