top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זעלטענע כתב יד פונעם בעל "מגן אברהם" מבית גנזיו פון האד' מראחמיסטריווקא וועט ערצייגט ווערן ביים היכלות פארשטעלונג

  • 14 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג ווען שלומי אמוני ישראל בארצינו הקדושה גרייטן זיך מיט גרויס שפאנונג צו דער גראנדיעזער "היכלות" פארשטעלונג אין די גיגאנטישע בנייני האומה אין ירושלים, קומט אריין די נייעס איבער אן אומשאצבארער היסטארישער אוצר, וואס די ראשי המארגנים האבן נעכטן ערהאלטן בעת א ספעציעלן באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


ווי שוין ברייט באריכטעט, טוען די ארגאניזירער פונעם פארשטעלונג — אין שפיץ פונעם באקאנטן חוקר ומומחה אינעם פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש הרב יהודה ברייער שליט"א און דער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד שליט"א, ארומגיין בבתי גדולי ישראל צו ערהאלטן זייער ברכת הקודש והדרכה לקראת דער גראנדיעזער אויסשטעלונג, ווען טייל פון די אדמורי"ם האבן אויך איבערגעגעבן זעלטענע חפצי קודש מבית גנזם צו צייגן פארן ציבור.


נעכטן האבן זיי אפגעשטאט א לענגערן באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט זיי אויפגענומען מיט א זעלטענער חביבות יתירה און זיך אינטערסירט אין די פלענער פונעם גרויסן פארשטעלונג, בעת דעם באזוך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן פאר די מארגנים אן אומשאצבארן ירושה חפץ — אן ארגינעלער כתב קבלה וואס איז געשריבן געווארן בידיו הקדושות פון דעם גאון ישראל וקדושו דער בעל "מגן אברהם" אויפן שולחן ערוך, מגדולי האחרונים, וועלכער האט באלאכטן די וועלט מיט זיין תורה מיט ארום דריי הונדערט פופציג יאר צוריק.


דער דאזיגער כתב יד קודש איז א לאנגער, הערליכער קלף וואס זעט אויס ענדליך צו א מגילה. דער הייליגער "מגן אברהם" האט מיט זיין געוואלדיגער חכמה און קדושה אויסגעמאלן דערויף א "ספירות-בוים" מיט שמות הקדושים און סודות הקבלה, ארומגענומען מיט א ספעציעלער פאכמאנישער מאלעריי. נאך זיין הסתלקות איז דער קלף אנגעקומען צו איינעם פון די מקורבים און איז אריבערגעגאנגען בירושה דור אחר דור, ביז עס איז אנגעקומען צו דעם באקאנטן איש חסיד רבי סענדר אורי זצ"ל, דער זיידע פונעם ראחמיסטריווקער רבי'ן שליט"א.


דער הייליגער כתב קבלה איז אלע יארן געהיטן געווארן דורך די משפחה מיט א געוואלדיגער שמירה און חרדת קודש, און אצינד, האט דער רבי שליט"א פערזענליך איבערגעגעבן די מגילה פאר די חברי הוועד כדי אריינצוברענגען א אמונת חכמים ביי די רבבות באזוכער ביים היסטארישן פארשטעלונג דעם קומענדיגן בין הזמנים.


דער רבי שליט"א האט דערביי געשילדערט פאר די מארגנים די היסטאריע פון דער הייליגער קלף און ארומגעשמועסט בגודל קדושתו פונעם הייליגן מגן אברהם. צום שלוס האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו, אנוואונטשנדיג גרויס הצלחה פאר די פארשטעלונג.



תגובות


bottom of page