הנחת תפילין פון ערשטע אייניקל ביי האד' מראחמיסטריווקא; הכנות צום היסטארישן שמחת הבר מצוה אין פולן שוואונג
- 2 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א פרייליכער און היסטארישער טאג איז געווען דעם דינסטאג בחצה"ק ראחמיסטריווקא אין ירושלים, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הנחת תפילין פונעם ערשטן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הבחור הבר מצוה כמר ישראל מרדכי ני"ו זון פונעם רבינס עלטסטער איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א זון פון הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא.
די היסטארישע דערלעבונג פון המשכת שלשלת הקודש ווען עס ציהט זיך ווייטער די גאלדענע קייט פונעם הייליגן ראחמיסטריווקא שלשלת טראגט מיט זיך א באזונדערע התרגשות ביי די חסידים. ווי באקאנט, איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געהאלפן געווארן מיט זרע של קיימא נאך גאנצע צוואנציג יאר פון די חתונה, מיט פופצן יאר צוריק, בשנת תשע"א איז אפגעראכטן געווארן די היסטארישע חתונה פונעם רבינס עלטסטער טאכטער, א שמחה וואס ליגט נאך גוט אין זכרון ביי די טויזנטער חסידים, און אצינד גרייט מען זיך שוין מיט גרויס התרגשות צו דער ערשטער שמחה ביי דעם קומענדיגן דור – די בר מצוה פונעם רבינס ערשטן אייניקל, וואס וועט פארקומען בעז"ה אום י' אלול הבעל"ט.
לויט'ן מנהג בבית טשערנאביל–ראחמיסטריווקא לייגט מען תפילין א חודש פאר דער בר מצוה. היי יאר וואלט דאס אויסגעקומען אין די טעג ארום תשעה באב, און דער רבי שליט"א האט נישט געוואלט איינפירן די שמחה אין די ימי בין המצרים. דעריבער האט ער באשטימט די הנחת תפילין אויף דינסטאג, דער יומא דהילולא פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע, א טאג וואס איז ביי חסידים געווען א יומא דפגרא און א זמן מסוגל לישועות.
די הנחת תפילין זעלבסט איז פארגעקומען אינדערפרי בחדרו הפרטי פון רבי'ן, אויף א פריוואטער פארנעם, אין אנוועזנהייט פון בלויז דער אמא של מלכות הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א, און די נאנטע קרובי המשפחה.
נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל הטישים, וואו הונדערטער חסידים האבן שוין אפגעווארט. דער רבי איז געווען שטארק אויפגעלייגט מיט א שמחה עצומה, און דער ציבור האט געזונגען עטליכע לעבעדיגע ניגוני שמחה לכבוד דעם פרייליכן מאמענט.
נאכן טועם זיין לחיים זענען די חסידים דורך וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א און פאר זיין איידעם דער בעל שמחה, הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, און בנו דער חתן הבר מצוה.
נאכדעם האט דער רבי משמיע געווען קורצע שיחות קודש בעניני עול תורה ומצוות און הנחת תפילין, און האט באזונדער דערמאנט דעם גרויסן בעל ההילולא דער אור החיים הקדוש זי"ע.נאכמיטאג איז פארגעקומען די סעודת מצוה לכבוד די שמחה הנחת תפילין מיוחד פאר די משפחת המלוכה אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער רבי שליט"א אין שטוב פון מקורבו הרבני החסיד ר' ישראל מאיר גראס הי"ו בשכינות פון די ראחמיסטריווקא הויף אין ירושלים.
אין די זעלבע צייט גייען ווייטער אן די מאסיווע הכנות צום היסטארישן שמחת הבר מצוה, וואס וועט בעזרת השם פארקומען אום י' אלול. די עסקנים זענען פארטאן אין א העפטיגע זוכעניש אין די מיסיע אויפצוקומען מיט א מקום רחבת ידים וואס זאל קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן השתתפות פון אלפי החסידים וואס קומען צו פארן פון ארץ ישראל און פון אויסלאנד מיטצולעבן די שמחה בבית מלכם ומאורם, עטליכע גרויסע זאלן און לאקאציעס ווערן יעצט באטראכט, און נאענטער צום זמן השמחה וועט געמאלדן ווערן דעם פונקטליכן פלאץ וואו די גרויסע שמחה וועט פארקומען.






























תגובות