top of page
בפרוס ימי הרחמים והרצון: האד' מוויזניץ לאנדאן פוקד געווען ציון הק' אין אתרא קדישא מירון
פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם זונטאג אויפדערנאכט כחצות הלילה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון, זייענדיג אונטערוועגנס צום לופטפעלד נאכ'ן פארוויילן די לעצטע צוויי וואכן אין ארצינו הקדושה אויף אפרוה. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מירון באגלייט דורך א גרויסע עדה חסידים, און איז בחרדת קודש אריין אינעם מערה וואו דער רבי האט זיך געשטעלט ביים ציון הקדוש און אנגעהויבן ספר רביעי בהשתפכות הנפ


שיינער שידוך געשלאסן בחצרות סקווירא - וויזניץ - קאלוב; הכלה בתו הצעירה פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טוורערסקי שליט"א
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בחדוה עילאה האבן אלפי חסידי סקווירא זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה הרוממה אינעם רבינ'ס הויף, די שידוך שליסן פון א כלה תחי', אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בתו הצעירה ביי בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, מיט'ן חתן, עלטסטער אור-אייניקל פונעם רבינ'ס שוואגער, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, אב"ד וויזניץ בראכפעלד, א זון פון זיין זון הרה"ג רבי חיים מאיר שטערנבוך


האד' מוויזניץ לאנדאן מיטגעהאלטן שבת בצל האד' מתולדות אברהם יצחק אין נייעם ישוב הר יונה
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN גאר געהויבן איז פאראיבער דעם פארגאנגענעם שבת אין הרי יונה, וואו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געוויילט צוגאסט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט וועם דער רבי האלט אן א שטארקע ידידות און התקשרות, וואס גייט שוין צוריק לאנגע יארן. במשך דעם גאנצן שבת איז געווען א מחזה הוד, ווען ביידע אדמו"רים האבן ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע הערצה איינער צום אנדערן. דער וויזניצער רבי שליט"א וכל הנו


נקדמה פניו בתודה: מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן געווארן דורך ק"ק בעלזא אין הר יונה לכבודו פון האד' מוויזניץ לאנדאן
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י"ח כהן,JDN אין קרית בעלזא אין הר יונה - נוף הגליל איז די וואך אפגעראכטן געווארן א שיינער קבלת פנים לכבוד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגער וואכן אין שטאט למנוחת הנפש. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום בית המדרש המרכזי דחסידי בעלזא, וואו ער האט געדאוונט תפילת מעריב אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור חסידי בעלזא און איינוואוינער פון דער שטאט, וועלכע זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם חשוב'ן גאסט. בי


הר יונה: תשעה באב בצל האדמור"ים מתולדות אברהם יצחק און וויזניץ לאנדאן
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אין פריע פארטאגס שעה'ן האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א געלאנדעט על אדמת ארצינו הקדושה, וואו דער רבי שליט"א וועט פארברענגען די קומענדיגע זומער וואכן אינעם שטעטל הר יונה למנוחת נפשו הטהורה. אינעם לופטפעלד איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך א קבוצה נכבדה חסידים און מקורבים. דער רבי איז תיכף צוגעפארן קיין הר יונה, וואו ער האט זיך געטובל'ט אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין שיכון מעזר


מקח געשלאסן אויף גרויסן בנין אין אנטווערפן פאר נייעם ביהמ"ד דחסידי וויזניץ בנשיאות האד' מוויזניץ לאנדאן
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות איז אויפגענומען די פרייליכע בשורה צווישן חסידי וויזניץ אין שטאט אנטווערפן, ההולכים לאורו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, איבער דעם מקח אין וועלכן מען איז אריין בשעה טובה, אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אין הארץ פון דער היימישער געגנט אין אנטווערפן, וואו עס וועט בעזרת השם אויפגעבויט ווערן דער נייער וויזניצער בית המדרש, על שמו ולזכרו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל. שוין עטליכע יאר וואס די וויזניצער אינג


היסטארישע אנטדעקונג פון עיר קבורת רש"י הק' דורכאויס נסיעה פון ישיבת וויזניץ לאנדאן צו מקומות הק' אין פראנקרייך
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט א היסטארישע אנטפלעקונג איבער די שטאט וואו דער רבן של ישראל, דער הייליגער רשי ז"ל, ליגט באהאלטן, וואס איז ביז'ן היינטיגן טאג געווען מוטל בספק, און ס'איז געווען באצייכנט אלס "לא נודע קבורתו", אבער אצינד איז דאס פעסטגעשטעלט געווארן מיט א הונדערט פראצענטיגע קראנטקייט. ווי באקאנט איז רש"י הק' געבוירן געווארן און געוואוינט רוב יארן אין שטאט טרויש, פראנקרייך, וואס דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין ישיבה און געש


יחליפו כח: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרו אין 'הר יונה' בארה"ק בצל ידידו וריעו האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דעם זומער אפרייזן קיין ארה"ק און וויילן אויף עטליכע וואכן אויף אפרו אינעם אויפבליענדן ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט "הר יונה". אין די יעצטיגע טעג טוט זיך דער רבי שליט"א ב"ה צוריקכאפן צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין א צאל מעדיצינישע באהאנדלונגען און אמעריקא און אין לאנדאן, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים דארף דער רבי אוועקפארן אויף


שיינעם באזוך פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין נייע קרית סקווירא אין בעטהעל ניו יארק
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט פאריגן שבת פ' חקת בלק געוויילט אין קרית וויזניץ קייאמישא איז מוצאי שבת אריינגעפארן צום ניי-געגרינדעטן ישוב "קרית סקווירא" אין בעטהעל וואס געפונט זיך בשכינות, צו זען פונדערנאנט דעם נייעם שטעטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך זיין גרויסן פעטער, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איז שוין באזעצט מיט צענדליגע משפחות חסידי סקווירא. ביים אריינפארן אינעם נייעם ישוב, הא


האד' מוויזניץ לאנדאן אפגעשטאט בליץ באזוך אין ציריך - שווייץ אויף ביקור חולים ביי האד' מהארדענקא
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן פארמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א פארלאזט ניו יארק נאך א קורצן באזוך לכבוד די שמחת הברית פון אן אור-אייניקל. אונטערוועגנס אהיים קיין לאנדאן האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט אויף א בליץ-באזוך אין ציריך, שווייץ, וואו דער רבי האט מבקר חולה געווען ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, א ידיד נאמן פונעם רבי'ן רבות בשנים און א תומך נלהב פון די מוסדות הקדושים. ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער הארדענקא רבי אי


השלם זה הבנין: פייערליכע קייט מאורעות בק"ק וויזניץ לאנדאן צו באנייאונג פון נייעם בנין המפואר דישיבה גדולה
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס עקסטאז רישן זיך קהל עדת חסידי וויזניץ לאנדאן מיטצולעבן ימי אורה וגילה לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם גיגאנטישן בנין פון די ישיבה גדולה "בית ישראל" וויזניץ לאנדאן אינעם ענפיעלד געגנט, דער בנין נהדר ומפואר "זכרון יהודה" וואס איז אויפגעבויט געווארן לזכרונו הטהור פון הרה"ק רבי יהודה'לע דזשיקובער זצ"ל. די חנוכת הבית וועט געפייערט ווערן אין א קייט פון מאורעות נרגשות וואס וועט צונויפזאמלען חסידים ומעריצים און פילצאליגע נד


אבד חסיד: נפטר געווארן הגה"ח רבי משולם זושא פוקס זצ"ל גבאי נאמן ביהמ"ד הגדול וויזניץ לאנדאן
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אבד חסיד מן הארץ: מיט פארקלעמטער הערצער האבן חסידי וויזניץ לאנדאן היינט באגלייט למנוחות האי גברא רבה ויקירא, הגאון החסיד רבי משולם זושא פוקס זצ"ל, וועלכער איז נעכטן נפטר געווארן בכתר שם טוב אין עלטער פון פינף און זיבעציג יאר. דער נפטר ר' זושא איז נישט בלויז געווען א חסיד מן המניין, נאר א פערזענליכקייט וואס יעדער האט ארויפגעקוקט, א מושלם בתורה ובחסידות וואס האט געדינט אלס דער רוח החיים אין די וויזניצער קהילה אין לאנדאן צענדליגער


האד' מוויזניץ לאנדאן אפגעראכטן פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט אין מאנסי מיט נגידי ותומכי המוסדות
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN דעם זונטאג נאכט ליל חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א מעריך געווען דעם שולחן הטהור לכבוד היום תוך אמוני על סגולה, מיט נגידים און תומכים מיט'ן ציל צו שאפן סכומים אדירים פאר'ן אויפבוי פון די נייע בניני המוסדות מעבר לים אין לאנדאן. דער טיש איז פארגעקומען אין די וויזניצער ישיבה אויף 20 עשעיל אין מאנסי וואו עס זענען געלאדענט געווארן די חשובע תומכי ומחזיקי תורה און נאך אנשים חשובים און וויזניצער חסי


ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו די נסיעה רוממה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועט אונטערנעמען קיין ניו יארק און דערנאך קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן אנהייב חודש שבט הבעל"ט. דער רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין ניו יארק מאנטאג פ' בשלח צו מפאר זיין על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א אייניקל, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א פון מאנסי וואס וועט פארקומען די נאכפאלגנדע וואך אין שטאט מאנסי. אין


ווידיאו • האד' מוויזניץ לאנדאן איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע אין לאנדאן לכבוד די הילולא קדישא
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש


כי בא אור"ך: געהויבענער שבת אין אנטווערפען מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי אנטווערפען האבן געהאט די זכי און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניותדיגן שבת במחיצת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. מידי שנה בשנה קומט דער רבי שליט"א מאציל זיין מהודו צווישן די תושבי העיר. אויך הי יאר איז דער געהויבענער שבת פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויבענע ת


תושבי אנטווערפן מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת און ערשטע ליכטל חנוכה בצל האד' מוויזניץ לאנדאן
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי אנטווערפן האבן געהאט די זכי' און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניות'דיגע, שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט, כמידי שנה בשנה מאציל צו זיין מהודו והדרו בקרב עדת תושבי העיר, ביי דעם געהויבענעם שבת וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויב


קרית יואל: האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן באזוכט אין ישיבת תורת צבי ספינקא בנשיאות האד' מתולדות צבי ספינקא
מיטוואך פ' ראה • כ''ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רבי...


ווידיאו • האחים האדמור"ים מוויזניץ פון לאנדאן און מאנטריאל ביים טיש מוצאי תשעה באב אין קוט-סט-לוק מאנטריאל
דינסטאג פ' ואתחנן • י''א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ לאדנאן וועט אריבערגיין מעדיצינישע פראצעדור אין מאנהעטן; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן דוד בן סימא מירל
זונטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש מארגן מאנטאג חקת וועט כלל ישראל מרבה זיין בתפלה ותחנונים לרפואותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר...


bottom of page
