top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ לאנדאן אפגעשטאט בליץ באזוך אין ציריך - שווייץ אויף ביקור חולים ביי האד' מהארדענקא

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן פארמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א פארלאזט ניו יארק נאך א קורצן באזוך לכבוד די שמחת הברית פון אן אור-אייניקל. אונטערוועגנס אהיים קיין לאנדאן האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט אויף א בליץ-באזוך אין ציריך, שווייץ, וואו דער רבי האט מבקר חולה געווען ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, א ידיד נאמן פונעם רבי'ן רבות בשנים און א תומך נלהב פון די מוסדות הקדושים.


ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער הארדענקא רבי אין שפיטאל אין ציריך לצרכי רפואה, וואו דער רבי ערהוילט זיך די טעג פון א הארץ אפעראציע. נעכטן איבערן טאג האט דער וויזניצער רבי באזוכט ביים רבי'ן אין שפיטאל, און היינטיגן דאנערשטאג וועט ער זיך אומקערן למעון קדשו אין לאנדאן.

תגובות


bottom of page