top of page
נאמען "רפאל" צוגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אלס סגולה לרפואה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנשטעסטער, מעמודי החסד בדורנו הזקוק לרחמי שמים מורבים, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "רפאל" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א שפיטאליזירט א לענגערע תקופה מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, צוערשט אין ציריך שווייץ און איצט אין קליוולאנד וואו דער רבי שליט"א געפונט זיך איינע פו


האד' מהארדענקא אריבערגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען; זארג איבער פארערגערונג אין מצב הבריאות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לעצטע מעת לעת איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכער געפונט זיך שוין ליידער אין שפיטאל א לענגערע צייט און איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. פארלאפענעם וואך האט מען אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטוירים אריבערגעפירט דעם רבי'ן קיין קליוולאנד, וואו עס געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער, צוזאמען מיט א ספעציעלן ריהעב צענטער, מיטן האפענונג א


הונדערטער תושבי מאנטשעסטער ביי עצרת תפילה רבתי לרפואת האד' מהארדענקא
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: מ. א. נוימאן אין די צייט וואס כ"ק האדמו"ר מהאראדענקא שליט"א לרפו"ש איז נאך אלס פארשלאפט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד ל"ע, איז די וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע עצרת תפלה פאר אלע תושבי עיר מאנטשעסטער, פאררופן דורך די ארטיגע קהלה 'קהל מחזיקי הדת'. די מעמד איז פארגעקומען אין די צעטראלע ביהמ"ד פון די קהלה אין שפיץ פון די רבני העיר. באזונדער האבן זיך צוזאמגענומען אלע ילדי תשב"ר פון שטאט מאנטשסעטער אויף א גרויסארטיגע


עורו נא התעוררי נא: מצב הבריאות פון האד' מהארדענקא - קריטיש
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל ווערט גערופן מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פון האי גאון וצדיק מגדולי עמודי החסד בדורינו כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער וועלכע געפונט זיך אין א קריטישן געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז דעם אנהייב זומער אפגעפירט געווארן צו א שפיטאל אין שווייץ לצורכי רפואה, וואו ער איז היינט אריבער אן עמערדזשענסי אפעראציע דארט א


bottom of page
