הונדערטער תושבי מאנטשעסטער ביי עצרת תפילה רבתי לרפואת האד' מהארדענקא
- 28 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: מ. א. נוימאן
אין די צייט וואס כ"ק האדמו"ר מהאראדענקא שליט"א לרפו"ש איז נאך אלס פארשלאפט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד ל"ע, איז די וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע עצרת תפלה פאר אלע תושבי עיר מאנטשעסטער, פאררופן דורך די ארטיגע קהלה 'קהל מחזיקי הדת'. די מעמד איז פארגעקומען אין די צעטראלע ביהמ"ד פון די קהלה אין שפיץ פון די רבני העיר.
באזונדער האבן זיך צוזאמגענומען אלע ילדי תשב"ר פון שטאט מאנטשסעטער אויף א גרויסארטיגע 'עצרת תפלה', איינצורייסן ביים בורא כל עולמים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א בזכות הבל פיהם של תינוקות של בית רבן. די מעמד איז פארגעקומען דינסטאג נאכמיטאג אין די צענטראלע ביהמ"ד אין די העיטן פארק געגענט ווי די גדולי הרבנים האבן אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות און די פרקי תהילים פון די ילדי חמד האבן בוקע רקיעים געווען עד לב השמים.
אין די זעלבע צייט טוט כלל ישראל ווייטער מרבה זיין בתפלה וקבלות טובות לרפואתו השלימה פון רבי'ן שליט"א דער שר החסד בדורינו מרן יצחק ארי' בן חנה לרפו"ש.












תגובות