האד' מהארדענקא אריבערגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען; זארג איבער פארערגערונג אין מצב הבריאות
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דורכאויס די לעצטע מעת לעת איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכער געפונט זיך שוין ליידער אין שפיטאל א לענגערע צייט און איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים.
פארלאפענעם וואך האט מען אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטוירים אריבערגעפירט דעם רבי'ן קיין קליוולאנד, וואו עס געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער, צוזאמען מיט א ספעציעלן ריהעב צענטער, מיטן האפענונג אז די נויטיגע באהאנדלונגען וועלן, בסייעתא דשמיא, ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן.
דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פונעם שפיטאל אין שווייץ פארגאנגענעם מיטוואך דברים, באגלייט דורך אן ערפארענע שטאב פון דאקטוירים און ספעציאליסטן וואס זענען געאייגנט פאר אזעלכע פעלער, דורכצופירן אזא סארט טראנספער צום שפיטאל מיט א פליגער.
ליידער איז אבער אונטערגעקומען א פרישע אינפעקציע וועלכע האט זיך צושפרייט די לעצטע טעג, און דער רבי שליט"א איז אריין אין א ’סעפטיק שאק’ וואס האט צוגעברענגט אז דער בלוט-דרוק איז געפאלן גאר נידעריג וואס האט באדראעט דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד אויף א גאר ערנסטע פארנעם.
די דאקטוירים האבן בחסדי שמים באוויזן צו סטאביליזירן דעם רבינס מצב, אבער מען דארף נאך אסאך רחמי שמים צו קענען זיך ארויסזעהן פון דעם מצב סכנה.
אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואת מרן יצחק ארי' בן חנה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

