top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייליכע חתונה במעונו פון האד' מהארדענקא פארגעקומען אין שטאט בני ברק; פילע אדמור"ים ורבנים באטייליגט

  • Bechatzros admin
  • לפני 26 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן

פילצאליגע ידידים ומעריצים האבן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג מיטגעהאלטן די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א,  די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' ישראל אהרן הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן מאנטשעסטער, מיט די חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וצהלה אין די זאלן פון כתר הרימון אין בני ברק.


בראש השמחה האט זיך אנגעזעהן די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א וועלכע איז געקומען צופארן פון מאנטשעסטער מפאר זיין על ראש שמחתו, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער געסט חסידים ומעריצים פון מאנטשעסטער און פון איבער די גארער וועלט וועלכע זענען געקומען מיטהלאטן דעם שמחה בבית צדיקים.


במיוחד איז די שמחה באשיינט געווארן דורך די אורחים החשובים שלוחי דרבנן, מנהלי מוסדות און גבאי צדקה וועלכע זענען געקומען צופארן מקרוב ומרחוק זיך באטייליגן ביי די שמחה במעונו פונעם הארדענקא רבי'ן שליט"א, וואס איז ברייט באקאנט אלס דער עמוד החסד מיט די פילצאליגע ברייטפארצווייגטע צדקה וחסד אקטיוויטעטן וואס די רבי שליט"א פירט שוין אן פאר לאנגע יארן ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין אלע מצבים, און איז כסדר מוזיל מכספו ומממונו אוצרות זהב למען הכלל והפרט.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וועלכע האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמור"ים מצאנז, תולדות אהרן, טשערנאביל, וויזניץ בית שמש, ביאלא בני ברק, טאלנא, סטראפקוב, טעמישוואר, המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, הרה"צ ר' יצחק ישעי' האגער בן האדמו"ר מוויזניץ, הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא און נאך פיל.


נאך די ריקודין של שמחה האט די רבי שליט"א פארברענגט אינאיינעם מיט די חסידים און מתפללי ביהמ"ד הארדענקא, וואו מען האט געזונגען די ניגונים וואס מען איז געוואוינט צו זינגען ביי די שבת'דיגע טישן אינעם רבינס הויף אין מאנטשעסטער. דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' ישראל אדלער הי"ו אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן דער רבי שליט"א מיט פאסיגע דברי חרוזין, און די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה בכל כוחו, דערנאך זענען געטאנצן די געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א פון ביידע צדדים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page