top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאמען "רפאל" צוגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אלס סגולה לרפואה

  • לפני 16 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנשטעסטער, מעמודי החסד בדורנו הזקוק לרחמי שמים מורבים, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "רפאל" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א שפיטאליזירט א לענגערע תקופה מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, צוערשט אין ציריך שווייץ און איצט אין קליוולאנד וואו דער רבי שליט"א געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אויף באהאנדלונגען. 


נאך וואס דער מצב איז ליידער נישט געגאנגען צום בעסערונג לעת עתה, און דערצו האט מען באשטימט א היבש קאמפלעצירטע אפעראציע, האבן דעם רבינס קינדער זיך דורכגעשמועסט מיט די גדולי וצדיקי הדור וועלכע האבן געראטן מוסיף צו זיין דעם נאמען רפאל, אלס סגולה לרפואה שלימה.


אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואת מרן ראפל יצחק ארי' בן חנה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

bottom of page